וואַשינגטאָן. — די מחלוקת צווישן דעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס און דעם מלוכה־דעפּאַרטאַמענט וועגן דעם ענין, טוריסטן־וויזעס פֿאַר ישׂראלים, שילדערט צוויי גאָר אַנדערע אימאַזשן פֿונעם יונגן ישׂראלדיקן באַזוכער.
לויט די געזעץ־געבער, איז דער יונגער ישׂראלי אַ וועלט־וואַנדערער, וועלכער האָט שוין אָפּגעדינט אין מיליטער און זוכט איצט אַן איבעררײַס פֿונעם אָנגעצויגענעם לעבן־שטייגער אינעם מיטעלן מיזרח. דער אַמעריקאַנער קאָנסולאַט וואָרנט אָבער, אַז די יונגע לײַט קומען אַהער, כּדי אָפּצונאַרן קונים אין די אײַנקויף־צענטערס איבער אַמעריקע, דורך פֿאַרקויפֿן זיי ים־המלך הויט־מיטלען, צוזאָגנדיק גרויסע גליקן און רעכענען הויכע פּרײַזן.
די דעבאַטע איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן, ווען סענאַטאָר טשאָק שומער (דעמאָקראַט, ניו־יאָרק) האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בריוו צום מלוכה־סעקרעטאַר דזשאָן קערי און צום דירעקטאָר פֿון דער אימיגראַציע־פּאָליציי, דזשיימס ראַגסדייל. אינעם בריוו דריקט שומער אויס אַ זאָרג וועגן דער וואַקסנדיקער צאָל ישׂראלים, וואָס מע דערלויבט נישט צו באַקומען וויזעס אויף צו באַזוכן די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
איידער שומער האָט אַרויסגעשיקט דעם בריוו, האָט „אייפּעק‟ זיך שוין געוואָנדן צו די קאָנגרעסלײַט וועגן דעם ענין, און אויסגעדריקט שטיצע מע זאָל אַרײַננעמען ישׂראל אין אַ פּראָגראַם, וואָס דערלויבט די רײַזנדיקע פֿון געוויסע לענדער צו קומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אָן אַ וויזע.
די ישׂראלים זענען נישט די איינציקע, וואָס זייערע אַפּליקאַציעס נאָך וויזעס ווערן הײַנט אַזוי אָפֿט אָפּגעוואָרפֿן; די בירגער פֿון אונגערן און דרום־קאָרעע האָבן די זעלבע פּראָבלעם. אין זײַן בריוו האָט שומער אָבער באַשולדיקט דעם מלוכה־דעפּאַרטאַמענט אין אַ באַזונדערן פֿאָראורטייל קעגן די יונגע ישׂראלים:
„ווען מיר האָבן געפֿרעגט אײַערע באַאַמטע, פֿאַר וואָס זאָגט מען אָפּ אַזוי פֿיל ישׂראלדיקע אַפּליקאַציעס, האָבן זיי אונדז געענטפֿערט, אַז דער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט זאָרגט זיך, אַז די יונגע ישׂראלים וועלן עובֿר זײַן אויף די תּנאָים פֿון זייער וויזע, דורך, למשל, פֿאַרקויפֿן ים־המלך־סחורה אין די אײַנקויף־צענטערס איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן.‟
קערי האָט געלייקנט, אַז ס׳איז דאָ אַ בפֿירושע פּאָליטיק, וואָס לאָזט נישט אַרײַן די יונגע ישׂראלים. „פֿאַראַיאָרן האָט מען אויסגעטיילט מער ווי 100,000 וויזעס צו מענטשן פֿון יעדן עלטער, און 20,000 פֿון זיי — פֿאַר ישׂראלים צווישן 21 און 30 יאָר אַלט,‟ האָט קערי געזאָגט. „דאָס באַטרעפֿט אַרום 83%, וואָס איז גאָר נישט אַנדערש פֿון די אַפּליקאַציעס פֿון אַנדערע לענדער.‟
אָבער די קאָנגרעספֿרוי גרייס מענג (דעמאָקראַט, ניו־יאָרק) האָט געזאָגט דער ייִט״אַ, אַז די ציפֿערן גיבן נישט איבער דאָס גאַנצע בילד. קערי האָט גערעדט וועגן די גאַסט־וויזעס פֿאַר ישׂראלים צווישן 21 און 30 יאָר אַלט, און מענג וויל הערן פּינקטלעך, וויפֿל ישׂראלים צווישן 21 און 27 יאָר האָט מען נישט אַרויסגעגעבן קיין וויזע. „דעם ענין דאַרף מען אומבאַדינגט אויספֿאָרשן,‟ האָט זי צוגעגעבן.
אין 2010 האָט די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע אין תּל־אָבֿיבֿ איבערגעגעבן דעם מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, אַז ס׳איז „אַן אָנגענומענע זאַך, אַז נאָכן פֿאַרענדיקן דעם מיליטערישן דינסט, אַרבעטן די ישׂראלים אומלעגאַל אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן בײַם פֿאַרקויפֿן הויט־מיטלען, וואָס זענען כּלומרשט פֿונעם ים־המלך, אָבער אין דער אמתן, זענען אַ טייל פֿון זיי פֿון כינע אָדער צענטראַל־אַמעריקע.‟ שומער ווייסט וועגן דעם שווינדל, אָבער טענהט, אַז זייער אַ קליינער טייל פֿון די באַזוכער זענען פֿאַרמישט אין דעם לינקן געשעפֿט.
„איין רעזולטאַט פֿון נישט געבן די ישׂראלים קיין וויזעס — האָט שומער געזאָגט — איז, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿאַרלירט נייטיקע טוריסטן־דאָלאַרן. לאָמיר גיכער באַשטראָפֿן די פֿאַרברעכער פֿון דעם שווינדל, אַנשטאָט די יונגע ישׂראלים, וועלכע קומען אַהער, כּדי צו זען אונדזערע שיינע ערטער, עסן אין אונדזערע רעסטאָראַנען און אײַנשטיין אין אונדזערע האָטעלן. עס לייגט זיך נישט אויפֿן שׂכל צו באַשטראָפֿן אַלע יונגע ישׂראלים צוליב די שלעכטע מעשׂים פֿון אַ קליינער באַנדע.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.