איך האָב לעצטנס פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג מיט אַ שלל בעדויִנער אינעם נגבֿ, נאָך דעם ווי די אַקטיוויסטן פֿון עטלעכע מענטשנרעכט־אָרגאַניזאַציעס האָבן מיך געבראַכט אַהין, כּדי איך זאָל אַליין זען ווי שלעכט די בעדויִנער ווערן באַהאַנדלט פֿון די ישׂראלדיקע ייִדן. אָבער דערנאָך האָב איך אויך געוואָלט זיך באַקענען מיט אַ בעדויִנער, וואָס איז גרייט צו רעדן פֿרײַ, אָן דער באַגלייטונג פֿון די מענטשנרעכט־אַקטיוויסטן.
בין איך אַליין געפֿאָרן אינעם צפֿון־טייל פֿון לאַנד, בײַ דער גרענעץ מיט לבֿנון, זיך טרעפֿן מיטן לייטענאַנט־פּאָלקאָווניק מאַגדי מאַזאַריב, קאָמאַנדיר פֿונעם אַזוי־גערופֿענעם נאָכשפּירער־אָפּטייל בײַ צה״ל — אַן אָפּטייל פֿון אַראַבער, וועלכע באַוואַכן די ישׂראלדיקע גרענעץ, ריזיקירן מיטן לעבן, כּדי צו באַשיצן די ייִדן פֿון אַראַבישע אַרײַנדרינגער. מיר קלינגט עס ווי אַ באָבע־מעשׂה, וויל איך פֿאָרן אַהין צו זעןת צי ס׳איז טאַקע אמת.
מאַגדי זיצט אין זײַן ביוראָ מיט אַ גרויסן שמייכל אויפֿן פּנים, און די יונגע בעדויִנער, וועלכע דינען אַלע אין צה״ל, באַציִען זיך צו אים מיט באַוווּנדערונג און גרויסן דרך־ארץ. ווען איך קום אַרײַן, זע איך, ווי ער האַלט אַ שנירל פּאַטשערקעס אין די הענט; פֿרעג איך אים, צי ער איז אַ קריסט. ער פֿרעגט, צי איך וויל זיי אָנקוקן. האַלטנדיק זיי אין די הענט זע איך, אַז דאָס איז אַ „מיסבאַכאַ‟ — די איסלאַמישע פּאַטשערקעס פֿון 99 קרעלן, וואָס רעפּרעזענטירן די 99 נעמען פֿון אַללאַ.
כ׳הייב אָן מײַן אינטערוויו. „זענען די בעדויִנער געטרײַ מדינת־ישׂראל?‟ פֿרעג איך.
„איך בין אַ שטאָלצער אַראַבער, אַ מוסולמענער, אַ סוניט. און אויך אַ ישׂראלי. נישטאָ דערבײַ קיין שום סתּירה.‟
איך זאָג מאַגדי, אַז געוויסע בעדויִנער אינעם נגבֿ האָבן מיר געזאָגט: „די ייִדן הערשן איבער אונדז, און מיר ווילן נישט די ייִדן דאָ.‟
„וועלכע שטעטלעך אינעם נגבֿ האָט איר באַזוכט?‟
„אַ סך: אַל־סיראַ, אַל־אַראַקיב, אַבו־קוויידער…‟
„מיר זענען בעדויִנער, נישט דרוזן,‟ האָט מאַגדי באַטאָנט. „די בעדויִנער דערפֿער באַשטייען פֿון פֿאַרשידענע שבֿטים, און דער דאָרף אַבו־קוויידער איז נישט קיין אויסנאַם. דאָס איז אַ משפּחה, וואָס שטאַמט פֿון עזה. לויט מײַן מיינונג, זענען זיי בכלל נישט קיין בעדויִנער.‟
גוט צו וויסן. און ווער איז מאַגדי?
„איך בין נישט קיין ציוניסט, ווי די ייִדישע קאָלאָניסטן,‟ האָט ער געענטפֿערט. „איך בין סתּם אַ ישׂראלי. איך רעספּעקטיר די מדינה, אַפֿילו די ישׂראלדיקע הימנע. ווען די ישׂראלדיקע פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט געווינט אַ מאַטש, בין איך צופֿרידן~ און איך וויל, אַז זי זאָל דערגרייכן די פֿינאַלן פֿונעם ׳וועלט־בעכער׳. כ׳האָב שטאַרק ליב ׳מכּבי תּל־אָבֿיבֿ׳.‟
„אויב אַזוי, פֿאַר וואָס זענט איר נישט קיין ציוניסט?‟
„כ׳האָב קיין מאָל נישט שטודירט ציוניזם, און בין נישט דערצויגן געוואָרן בײַ ציוניסטן. כּדי צו זײַן אַ ציוניסט, דאַרף מען שטודירן זאבֿ זשאַבאָטינסקי.‟
מאַגדי האָט אָנגעהויבן זײַן קאַריערע אין צה״ל ווי אַ נאָכשפּירער, פּונקט ווי זײַן טאַטע און אַ סך אַנדערע קרובֿים זײַנע האָבן געטאָן. הײַנט איז ער דער הויפּט־קאָמאַנדיר פֿון די נאָכשפּירער, אָבער ער וויל שוין אַוועק פֿונעם מיליטער און אָנגעבן אין אוניווערסיטעט, כּדי צו שטודירן קאָמוניקאַציע. אין פֿאַרגלײַך מיט געוויסע ישׂראלדיקע ייִדן, חלומט ער מצליח צו זײַן דווקא אין ישׂראל, נישט אין אייראָפּע אָדער אַמעריקע.
„ס׳איז פֿאַר אונדז אַ גרויס מזל, וואָס מיר און די ייִדן לעבן דאָ אין איינעם,‟ האָט ער דערקלערט. „קוקט זיך אַרום אין מיטעלן מיזרח, אַ ראַיאָן וואָס האָט זיך לעצטנס אומגעקערט צו אַ תּקופֿה פֿון 500 יאָר צוריק. ישׂראל איז די איינציקע סטאַבילע, געזונטע מלוכה דאָ. מדינת־ישׂראל איז גוט פֿאַר די מוסולמענער, קריסטן און ייִדן. ס׳איז דאָ אַ גוטע סיבה פֿאַר וואָס די ייִדן זענען אַהערגעקומען. ווען מע גראָבט די ערד, זעט מען, אַז די ייִדן האָבן דאָ געוווינט לאַנג, לאַנג צוריק. זיי האָבן זייערע וואָרצלען דאָ. זיי זענען נישט געפֿאָרן קיין טערקײַ און דערקלערט: ׳מיר ווילן טערקײַ פֿאַר זיך.׳ זיי זענען געקומען אַהער, צום לאַנד פֿון זייערע אָבֿות.‟
מאַגדי רופֿט זיך אפֿשר נישט קיין ציוניסט, אָבער ער איז דער געטרײַסטער ציוניסט, וואָס איך האָב אַ מאָל געטראָפֿן.
מיר טרינקען אַ טעפּל געשמאַקע אַראַבישע קאַווע, צוגעגרייט פֿון זײַנע סאָלדאַטן, און פּלוצלינג גיט ער אַ זאָג: „מײַן פֿרויס מאַמע איז אַ פּוילישע ייִדישע טאָכטער.‟
די בעדויִנער סאָלדאַטן צעלאַכן זיך, ווען זיי פּרוּוון זיך פֿאָרשטעלן אַ פּויליש־ייִדישע פֿרוי אין אַ בעדויִנער געצעלט.
„איר רעדט ייִדיש?‟ פֿרעג איך. צעלאַכט מען זיך ווידער.
מאַגדי בלײַבט אָבער ערנסט. „מײַן פֿרויס באָבע איז אַ לעבן־געבליבענע פֿון חורבן.‟ אויף אַזאַ ענטפֿער האָב איך זיך נישט געריכט. אָבער איידער דער שמועס פֿאַרקערעוועט זיך אויף אוישוויץ, פֿרעג איך אים: „פֿאַר וואָס דינען די בעדויִנער ווי נאָכשפּירער? קענט איר גיכער דערשמעקן דעם שׂונא ווי מיר, ייִדן?‟
ענטפֿערט מאַגדי: „כּדי צו ווערן אַ נאָכשפּירער, מוז מען בטבֿע חושד זײַן אַלעמען און אַלצדינג. לויט אונדזער טראַדיציע ווייסן מיר גוט וועגן נקמה־אַקציעס און ערן־מאָרדן. ווען מיר דערזעען אַ פֿרעמדן אויטאָ לעבן אונדזער שטוב, צינדט זיך בײַ אונדז אָן אַ וואָרענונג־סיגנאַל: ׳ווער איז דער מענטש, און פֿאַר וואָס איז ער אַהערגעקומען?׳ מיר גייען גלײַך צו צו אים און פֿרעגן, צי מיר קענען אים מיט עפּעס העלפֿן. אַזאַ נייגונג אַלץ חושד צו זײַן איז וואָס מע דאַרף הײַנט בײַ דער ישׂראלדיקער גרענעץ. אַזוינע סאָלדאַטן וויל איך האָבן אויף מײַן זײַט!‟
איך פֿרעג מאַגדי, צי ער קען מיך פֿירן צו דער גרענעץ מיט לבֿנון, וווּ עס געפֿינען זיך די כּוחות פֿון „כעזבאָלאַ‟. איינס פֿון די הײַזער, מיט אַ קופּאָל, גלײַך איבער דער גרענעץ, זעט מיר אויס גוט באַקאַנט.
„דאָס איז אַ קאָפּיע פֿון ׳אַל־אַקסאַ׳,‟ ענטפֿערט מאַגדי. „זיי האָבן עס דאָ געבויט, כּדי אָנצורייצן די ייִדן.‟
איך פֿרעג אים אויב איך קען באָרגן זײַן ביקס, און ער דערלאַנגט עס מיר — אויסגעשטאַט מיט קוילן. יעדער סאָלדאַט ווייסט, אַז אַזאַ אַקציע איז קעגן די תּקנות, אָבער מאַגדי פֿאָלגט זײַנע אייגענע תּקנות — וועמען צו געטרויען און וועמען חושד צו זײַן. איך טו מיר אויך אָן זײַן היטל, און ווײַז אָן מיט דער ביקס אין אַלע ריכטונגען. מאַגדי קוקט זיך צו, און שמייכלט.
צום סוף, גיב איך אים אָפּ זײַן ביקס און היטל, אָבער האַלט די פּאַטשערקעס בײַ מיר אין קעשענע. טאָמער האָב איך אַ מאָל אַ חשד, צי די אַראַבער און ייִדן וועלן אַ מאָל קענען לעבן בשלום, וועלן די פּאַטשערקעס מיר דינען ווי אַ דערמאָנונג, אַז אפֿשר — יאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.