מיט דרײַ יאָר צוריק האָבן מיר, מיכאל קרוטיקאָוו און אַני-הקטן, זיך אונטערגענומען צו שרײַבן יערלעכע איבערזיכטן פֿון דעם מצבֿ אין שטודירן ייִדיש. פּינקטלעכער, וועגן די רעזולטאַטן פֿון שטודירן. איך האָב שוין ניט איין מאָל, דאַכט זיך, באַטאָנט, אַז נאָר געדרוקטע אַרטיקלען און ביכער קען מען פֿאַררעכענען פֿאַר אמתע אַקאַדעמישע רעזולטאַטן. און טאָמער עפּעס בלײַבט ניט פֿאַרעפֿנטלעכט, הייסט עס, אַז די אַרבעט איז דערווײַל פּשוט ניט פֿאַרענדיקט געוואָרן.
אונדזערע איבערזיכטן פֿאַר די יאָרן 2011 און 2012 זײַנען שוין אַרויס אין די בענד פֿון Year’s Work in Modern Language Studies. איצט גרייטן מיר אַן איבערזיכט פֿאַר 2013. דער טעקסט, וואָס ווערט לסוף פֿאַרעפֿנטלעכט, איז ניט קיין לאַנגער, בפֿרט נאָך, אַז ער ווערט קאָנדענסירט דורך אָנווענדן כּלערליי ראָשי-תּיבֿותן. אָבער כּדי אים אָנצושרײַבן, מוז מען אַ סך נישטערן און אַ סך לייענען. אַזאַ אַרבעט פֿאָדערט אַ היפּש ביסל צײַט, אָבער זי איז אויך ניצלעך, אַנדערש וואָלט איך עס אַלץ ניט געלייענט.
אַלע מאָל חידושט מיך דער מצבֿ פֿון דער רוסישער וויסנשאַפֿט. דאָס הייסט, אַז דאָרטן זײַנען דאָ ערנסטע פֿאָרשער, קאָנצענטרירט, דער עיקר, אין פּעטערבורג. אָבער אין אַנדערע ערטער זעט עס אויס זייער פּראָווינציעל. דעם שטאַרקסטן אײַנדרוק האָט אויף מיר הײַיאָר געמאַכט דער אַרטיקל, וואָס הייסט „ייִדיש אויפֿן פֿאָן פֿון גערמאַנישע שפּראַכן און שפּראַכן פֿון מיזרח-אייראָפּע‟. אַרויס איז אָט די פֿאָרשונג אין דעם אַקאַדעמישן זשורנאַל פֿון דעם וואָראָנעזשער מלוכה-אוניווערסיטעט, און מע קען עס אַפֿילו פֿרײַ לייענען אויף דער אינטערנעץ: www.vestnik.vsu.ru/pdf/lingvo/2013/01/2013-01-34.pdf.
ס’איז קלאָר, אַז די מחברים האָבן קיין אַנונג ניט וועגן דעם, וואָס מע האָט אָפּגעטאָן אין דעם געביט פֿון ייִדישער שפּראַך-קענטעניש אין די פֿאַרגאַנגענע יאָרן. דער תּמצית פֿון דער אַרבעט איז אַזאַ: מע נעמט אַ ייִדיש-רוסיש ווערטערבוך, וואָס פֿאַלט זיי אַרײַן אין די הענט, און אויפֿן סמך פֿון עפּעס אַ קאָמפּליצירטן האָקוס-פּאָקוס קומט מען צו אַ געוואַלדיק וויכטיקן און „וויסנשאַפֿטלעך באַגרינדעטן‟ אויספֿיר, אַז ס’איז ריכטיק „דער סטערעאָטיפּ וועגן דעם ייִדישן פֿאָלק ווי אַ נאַציע, וואָס פֿאַראייניקט אין זיך שׂכל און כּוח, אַ דאַנק וועלכע עס האָבן זיך אַנטוויקלט די פֿעיִקייטן צו לעבן אין אַלערליי סיטואַציעס און באַדינגונגען‟.
ווי געפֿעלט אײַך אַזאַ „לינגוויסטישע‟ מסקנא? אַ סבֿרא, אַז אַזעלכע געלערנטע וועט מען מיט קיין איזאָלאַציע ניט איבערשרעקן. זיי לעבן סײַ-ווי-סײַ איזאָלירט, אין זייער וועלטל, וואָס האָט זייער אַ קנאַפּן שײַכות צו דער גרויסער וועלט.
* * *
נעכטן האָב איך אָנגעקלונגען מײַן אַלטן חבֿר. אַ מאָל האָבן מיר זיך געדרייט אין דעם זעלבן קרײַז „רעפֿוזניקעס‟, ביידע האָבן מיר זיך אינטערעסירט מיט ייִדישער וויסנשאַפֿט, און מיט דעם טאַקע באַשעפֿטיקן מיר זיך שוין לאַנגע יאָרן. ער איז, אָבער, ניט אַוועקגעפֿאָרן פֿון רוסלאַנד, אַזוי אַז מיר זעען זיך זעלטן, נאָר ווען איך כאַפּ זיך אַרײַן קיין מאָסקווע; און צוויי-דרײַ מאָל אַ יאָר קלינג איך אים.
אַזוי האָט זיך עס אין גאַנצן צופֿעליק באַקומען, אַז דאָס מאָל האָב איך אָנגעקלונגען גלײַך נאָך וולאַדימיר פּוטינס רעדע, וואָס ער האָט געהאַלטן דעם 18טן מאַרץ. דערנאָך האָב איך זי אַ ביסל געהערט — ממש אַ פֿאַשיסטישע אַרויסטרעטונג, און די גאַנצע סטיליסטיק איז אַזאַ. אפֿשר ניט קיין היטלעריסטישע, נאָר גיכער מוסאָלינישע. קלינג איך דעם חבֿר צו פֿרעגן בײַ אים, וואָס קומט פֿאָר אין זײַן לעבן, צי עס האַלט שוין בײַ אַ חתונה פֿון זײַן טאָכטער, און אַנדערע זאַכן פֿון אַזאַ סאָרט.
אָבער ער כאַפּט זיך גלײַך צו צו פּוטינס דרשה און — מײַנע אויערן זאָגן זיך אָפּ צו רעאַגירן — הייבט אָן לויבן דעם פּרעזידענט. ניט אין גאַנצן, אָבער אין די הויפּט-פּונקטן. די ערשטע מינוטן האָב איך זיך מיט אים געפּרוּווט אַמפּערן, אָבער אין קורצן איז מיר קלאָר געוואָרן, אַז קיין טאָלק וועט פֿון דעם ניט זײַן. האָב איך אים אויסגעהערט, און דערנאָך געפֿרעגט וועגן זײַן טאָכטער און אַנדערע משפּחה-ענינים.
שפּעטער האָב איך גערעדט מיט נאָך איין חבֿר, אַ געוועזענער מאָסקווער, וווינט ער שוין לאַנג אין לאָנדאָן. האָט ער מיר אויך געזאָגט, אַז בײַ אים זײַנען געווען ענלעכע שמועסן מיט זײַנע אַלטע מאָסקווער פֿרײַנד, און אַז איצט איז ער שוין זייער פֿאָרזיכטיק, ווען די רייד גייט וועגן קרים. די זעלבע דערפֿאַרונג האָט מײַן ווײַב מיט אירע רוסישע פֿרײַנד.
איך זע דעם סך-הכּל אַזוי: רוסלאַנד האָט זיך אַ קער געטאָן צו אַן אידעאָלאָגיע, וועלכע איז, אין תּוך אַרײַן, אַ פֿאַשיסטישע. און דער דאָזיקער קער איז געווען ניט קיין שווערער. די סאָוועטישע מאַכט האָט אויסגעהאָדעוועט ראַסיסטן. אויף די אוקראַיִנער האָט מען אין דעם רוסישן, ביז גאָר אָפּגעזונדערטן, אַנטי-מערבֿדיקן וועלטל תּמיד געקוקט ווי אויף האַלב-געבאַקענע רוסן. און די מערבֿ-אוקראַיִנער האָט מען געהאַלטן פֿאַר סתּם גזלנים, נאָך ערגערע ווי די באַלטישע פֿעלקער. איצט איז עס געוואָרן אַ טייל פֿון דער אָפֿיציעלער פּאָליטיק.
דער איצטיקער רוסישער פֿאַשיזם איז (דערווײַל לכל-הפּחות) ניט קיין אַנטי-סעמיטישער. צווישן די פּני, וועלכע מע האָט גערופֿן צו זיצן אין דעם זאַל בעת פּוטינס רעדע, האָט מען געזען אויך דעם ליובאַוויטשער רבֿ בערל לאַזאַר. ער האָט צוזאַמען מיט אַנדערע געקלאַפּט בראַוואָ. צי הייסט עס, אַז די ייִדן האָבן ניט וואָס צו זאָרגן? איך מיין, אַז דאָס וואָלט געווען אַ ביטערער טעות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.