עס דאַכט זיך אַ מאָל, אַז די געשעענישן, וואָס קומען פֿאָר אויף דער וועלט, פּרובירן אונדז עפּעס אויסלערנען. דער מענטש פֿאַרמאָגט דאָך אַזאַ געוווינהייט צו געפֿינען עפּעס אַ זין אין צופֿעליקע געשעענישן, וואָס האָבן בכלל גאָרניט צו טאָן איינס מיטן אַנדערן. דעם אמת געזאָגט, גיט דער מענטש צו אַ באַטײַט צו אַזעלכע געשעענישן, וואָס זיי פֿאַרמאָגן אַליין ניט. אָבער פֿאָרט; אַפֿילו, אַז מע גיט אַליין צו דעם מוסר־השׂכּל צו אַ מעשׂה, וואָס האָט קיין שׂכל ניט, קען מען פֿון דעם אַרויסנעמען עפּעס אַ נימשל, וואָס מע האָט אַליין אויסגעטראַכט.
אַזוי איז די וואָך געווען מיט דרײַ ניט פֿאַרבונדענע פּאַסירונגען, וועלכע האָבן, כּמעט אין דער זעלביקער צײַט זיך באַוויזן אויף די טעלעוויזיע־עקראַנען איבער דער גאַנצער וועלט. דאָס ערשטע געשעעניש האָט געהאַט צו טאָן מיט אַ כּמעט אומבאַגרײַפֿלעכער דערגרייכונג פֿון וויסן, דאָס צווייטע - מיט אַן אומפֿאַרשטענדלעכן דוחק אין וויסן, און דאָס - דריטע מיט אַ באַשטעטיקונג פֿון עפּעס וואָס מע ווייסט יאָ, אָבער מע וויל עס ניט וויסן.
אינעם ערשטן פֿאַל האָבן אַ גרופּע וויסנשאַפֿטלער אין אַמעריקע באַשטעטיקט סײַ די טעאָריע פֿונעם „גרויסן קנאַל‟ (The Big Bang Theory), און סײַ אַ טייל פֿון אײַנשטיינס „טעאָריע פֿון רעלאַטיוויטעט‟. די וויסנשאַפֿטלער פֿונעם „האַרוואַרד־סמיטסאָניאַן צענטער פֿאַר אַסטראָ־פֿיזיק‟ האָבן גענוצט אַ מאַסיוון ראַדיאָ־טעלעסקאָפּ אויפֿן דורמדיקן פּאָלוס, כּדי צו זוכן די שפּורן פֿון ספּעציעלע ליכט־מוסטערן, וואָס זענען געשאַפֿן געוואָרן גלײַך נאָך דעם, וואָס דער אוניווערס האָט זיך געפֿורעמט דורכן „גרויסן קנאַל‟.
לויט די לעצטע דערפֿינדונגען, האָט דער אוניווערס זיך פֿאַרגרעסערט גלײַך נאָך זײַן געבורט אין אַ פּראָצעס, וואָס הייסט, „די קאָסמישע אינפֿלאַציע‟. די דאָזיקע „קאָסמישע אינפֿלאַציע‟ איז פֿאָרגעקומען אַ ביליאָנסטל פֿון אַ ביליאָנסטל פֿון אַ ביליאָנסטל (דאָס הייסט, 000000000000000000000000000000000001.סעקונדעס) נאָכן „גרויסן קנאַל‟. די דאָזיקע נײַ־אַנטדעקטע ליכט־שטראַלן, וועמענס שפּורן זענען אַזוי אַלט ווי דער אוניווערס, זענען באמת געווען כוואַליעס פֿון גראַוויטאַציע. כאָטש אײַנשטיין האָט אין 1916 (דרך־אַגבֿ, דווקא אויך דער וואָך) אַליין געשריבן וועגן דער טעאָרעטישער עקזיסטענץ פֿון אַזעלכע כוואַליעס, ווי אַן אינטערגראַלן טייל פֿון זײַן „טעאָריע פֿון רעלאַטיוויטעט‟, האָט מען קיין באַווײַז פֿון זיי פֿריִער ניט געהאַט געפֿונען. די אַנטדעקונג באַשטעטיקט אויך, אַז די גראַוויטאַציע, אַזוי ווי די טיילעכלעך פֿון ליכט (Light Particles), דריקן אויס קוואַנטאָן־מעכאַנישע אייגנקייטן (Quantum-Mechanical Properties).
גלײַך צו דער זעלביקער צײַט, אין וועלכער מע האָט אַנאָנסירט, אַז דער מענטשלעכער וויסן וועגן דעם מעשי־בראשית פֿונעם אוניווערס האָט געמאַכט אַ געוואַלדיקן טריט פֿאָרויס, האָבן אַלע נײַעס־קאַנאַלן אויף דער וועלט געהאַלטן אין איין רעדן וועגן דעם וואָס קיינער ווייסט ניט: וווּ עס געפֿינט זיך דער מאַלאַזישער עראָפּלאַן MH370, וועלכער איז דעם 8טן מאַרץ פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אָן שום שפּורן.
די גאַנצע מעשׂה מיטן עראָפּלאַן פֿאַרכאַפּט נאָך אַלץ דעם אויפֿמערק פֿון דער וועלט - ניט נאָר צוליב דער כּלומורשטיקער טראַגעדיע און פֿאַרלוסט פֿון 239 מענטשן, אָבער דווקא צוליב דער ווילדער מיסטעריע פֿונעם גאַנצן ענין. מע רעדט שעהען לאַנג אויף דער טעלעוויזיע און צווישן זיך וועגן דעם, אַז מע ווייסט ניט וואָס ס׳איז געשען אָדער אַפֿילו ווי אַזוי עס וואָלט געקענט געשען אַזוינס אינעם 21סטן יאָרהונדערט, אַז אַ ריזיקער „דזשעט‟ מיט הונדערטער פּאַסאַזשירן, זאָל פּשוט פֿאַרשווינדן ווערן אָן קיין שום זכר. צוליב די אַלע טעכנאָלאָגישע מכשרים, וואָס האָבן געהאַלטן אַן אויג אויפֿן עראָפּלאַן (טראַנספּאָנדאָרן, סאַטעליטן, GPS־סיסטעמען), די היפּשע צאָל מענטשן וואָס קאָנטראָלירן דעם „לופֿט־טראַפֿיק‟, און דעם פֿאַקט, וואָס די ימען לעבן מאַלאַזיע זענען ממש געפּאַקט מיט מער פֿראַכט־שיפֿן ווי אין קיין אַנדער וואַסער־שטח ניט אויף דער וועלט, וואָלט קיינער ניט געגלייבט מיט אַ חודש צוריק, אַז אַ ריזיקער „באָוינג־777‟ זאָל קענען פֿאַרשוווּנדן ווערן. אָבער ס׳איז טאַקע געשען.
די מאָדנע סיטואַציע האָט גורם געווען אַ סך טעאָריעס, וואָס פּרוּוון צו דערקלערן, וואָס זשע איז טאַקע געשען מיטן עראָפּלאַן. די טעאָריעס נעמען אַרײַן סײַ נאָרמאַלע (אַ שׂרפֿה אין דער קאַבינע; אַ טעראָריסט, וואָס האָט פֿאַרכאַפּט דעם עראָפּלאַן און שפּעטער פֿאַרלוירן דעם קאָנטראָל); און סײַ אויסטערלישע, אָבער טעאָרעטיש־מעגלעכע (דער דזשעט האָט זיך געלאַנדעט גלײַך הינטער אַן אַנדערן גרעסערן עראָפּלאַן און מע האָט ניט געקענט וויסן פֿונעם ראַדאַר, אַז עס האַנדלט זיך וועגן צוויי עראָפּלאַנען).
עס זענען אויך געקומען אויפֿן סדר־היום פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן באַוווּסטזײַן, -אַפֿילו אויף גאָר „ערנסטע‟ נײַעס־קאַנאַלן ווי CNN, - פּאַראַנאָרמאַלישע טעאָריעס, ווי דאָס ספּעקולירן, אַז אויסער־ערדניקעס האָבן פֿאַרכאַפּט דעם עראָפּלאַן און אים אַוועקגעפֿירט אין אַן אומאידענטיפֿיצירן פֿליִענדיקן אָביעקט (UFO); אָדער אַז דער עראָפּלאַן, צוזאַמען מיט די אומגליקלעכע פּאַסאַזשירן, איז אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ לאָך אין דער פֿאַרבינדונג צווישן דעם קאָסמאָס און דער צײַט (Space-time Continuum). כאָטש די לעצטע דערפֿינדונגען וועגן דעם „גרויסן־קנאַל‟ באַשטעטיקן געוויסע אַספּעקטן פֿון אײַנשטיינס טעאָריע פֿון רעלאַטיוויטעט, וואָלט דער גרויסער פֿיזיקער אַליין ניט געקענט אויסטראַכטן אַן אופֿן, ווי אַזוי אַ ריזיקער עראָפּלאַן, זאָל קענען אַרײַנפֿאַלן אין אַזאַ לאָך אינעם קאָנטיניום צווישן רוים און צײַט.
בעת דער זעלביקער וואָך, ווען מע האָט גערעדט אַ סך וועגן דעם דוחק אין וויסן וואָס שייך דעם מאַלאַזישן עראָפּלאַן, און אַ ביסעלע וועגן דער דערגרייכונג אין וויסנשאַפֿט, האָט מען גאָר ווייניק גערעדט וועגן דער סיטואַציע אין אוקראַיִנע. אַ פּנים, מע האָט ניט געוואָלט דיסקוטירן די איינציקע סיטואַציע פֿון די דרײַ דערמאָנטע, וועלכע ס׳רובֿ מענטשן קענען יאָ פֿאַרשטיין, ווײַל זי באַשטעטיקט עפּעס, וואָס מע ווייסט שוין יאָ אָבער מע וויל עס דאָך ניט וויסן. דאָס הײסט, אַז מענטשן זענען געפֿערלעכע און בלוטדורשטיקע באַשעפֿענישן, און מע טאָר זיי קיינמאָל אין גאַנצן ניט געטרויען; בפֿרט ווען עס האַנדלט זיך וועגן פּאָליטיקער און בפֿרט, וועגן מנהיגים פֿון מעכטיקע לענדער.
אין יאַנואַר 2001 האָט דער דעמאָלטיקער אַמעריקאַנער פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש זיך געטראָפֿן מיטן רוסישן פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין און געזאָגט דעם אַמעריקאַנער פֿאָלק, אַז „מע קען אים געטרויען‟ ווײַל, ער, בוש האָט „אַרײַנגעקוקט אין פּוטינס אויגן און דערזען זײַן נשמה‟. 7 יאָר שפּעטער, ווען די רוסן האָבן געהאַלטן אין איין באָמבאַרדירן גרוזיע, האָט בוש זיך אָפּגעזאָגט פֿון אַרומרעדן זײַן פֿריִערדיקע אָפּשאַצונג פֿון פּוטינען מיט דער אַמעריקאַנער פּרעסע.
הײַנט, זעקס יאָר נאָך גרוזיע, האָט רוסלאַנד שוין אַנעקסירט דעם קרימער האַלב־אינדזל, און איצט זאָרגן זיך ניט בלויז די אוקראַיִנער, נאָר אויך די אײַנוווינער פֿון די באַלטישע לענדער, אַז פּוטין וועט באַשליסן צו פֿאַרכאַפּן נאָך מער טעריטאָריע.
פֿון זײַן זײַט, איז דער אַמעריקאַנער וויצע־פּרעזידענט דזשאָו בײַדען געפֿאָרן קיין ווילנע צו פֿאַרזיכערן די ליטווינער, אַז אַמעריקע און דער אייראָפּעיִשער פֿאַראיין וועלן קיינמאָל ניט דערלאָזן, אַז די רוסן זאָלן איבערנעמען ליטע. אָבער ווער גלייבט שוין באמת, אַז אַמעריקע וועט טאַקע קענען פּוטינען אָפּשטעלן, אויב יענעם וועט זיך אים פֿאַרגלוסטן? ווי עס האָט געזאָגט דער שעף פֿון דער רוסישער נײַעס־אַגענטור, דמיטרי קיסעליאָוו, איז רוסלאַנד דאָס איינציק לאַנד, וואָס קען „פֿאַרוואַנדלען אַמעריקע אין ראַדיאָאַקטיוון אַש‟.
אַ סך אַמעריקאַנער פֿרעגן זיך: ווי אַזוי קען עס זײַן, אַז צוויי דורות נאָכן סוף פֿון דער „קאַלטער מלחמה‟, קאָן אַ וויכטיקער רוסישער זשורנאַליסט ביז פֿאַרגינען צו שטראַשן אַמעריקע מיט אַ נוקלעאַרער מלחמה? און ווי אַזוי קען עס זײַן, נאָך די אַלע טראַגעדיעס און קאַטאַסטראָפֿעס אויפֿן אייראָפּעיִשן קאָנטינענט בעתן 20סטן יאָרהונדערט, אַז נאָך אַ פֿירער פֿון אַ מעכטיק לאַנד זאָל אַראָפּגיין פֿון זינען און ריזיקירן צו דעסטאַביליזירן אַ גאַנצן קאָנטינענט (שוין אָפּגערעדט פֿון דער זיכערהייט פֿון זײַן אייגן לאַנד)?
דעם ענטפֿער ווייסן מיר שוין, אָבער קיינער וויל אים ניט דערמאָנען: מענטשן זענען בעצם אומסטאַבילע באַשעפֿענישן, און אויב אַ לאַנג־יאָריקער פֿירער הייבט אָן זיך צו פֿילן באַדראָט, וועט ער גאָר אָפֿט רעאַגירן אויף אַ געפֿערלעכן און רציחישן אופֿן, פּונקט ווי פּוטין רעאַגירט איצט אויף דער רעוואָלוציע אין אוקראַיִנע.
אָבער פֿאָרט: מע וויל בעסער רעדן וועגן דעם פּאַראַדאָקס, אַז איין מאַנשאַפֿט וויסנשאַפֿטלער קענען אַדורכקוקן 13.8 ביליאָן יאָר אין דער פֿאַרגאַנגענהייט אויסצוגעפֿינען, ווי אַזוי דער אוניווערס האָט זיך געפֿורעמט, און ווי אַזוי לופֿט־פֿלאָטן און אַרמייען פֿון צענדליקער לענדער קענען ניט געפֿינען איין פֿאַרלוירענעם עראָפּלאַן.
פֿון די צופֿעליקע צונויפֿקומעניש פֿון די־אָ צוויי געשעענישן האַלט דער מעדיאַ, אַז מע זאָל זיך אויסלערנען עפּעס אַ מוסר־הסכּל. קיין עכטער נימשל איז אָבער באמת ניטאָ ווײַל זיי זענען צופֿעליקע געשעענישן, וואָס האָבן גאָרניט קיין שײַכות איינער צום אַנדערן.
אויב ס׳איז דאָ באמת אַ מוסר־הסכּל, איז עס נאָר, אַז מענטשן האָבן בעסער ליב אַרומצורעדן דאָס וואָס זיי ווייסן ניט, אָדער דאָס וואָס זיי קענען קוים באַגרײַפֿן, איידער דאָס, וואָס זיי ווייסן שוין יאָ. ווי עס זאָגט דאָס ייִדישע ווערטל „מע מאַכט זיך ניט וויסנדיק‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.