דער שווייצער פֿעדעראַלער ראַט האָט די וואָך אַרויסגעלאָזט אַ דערקלערונג, זאָגנדיק, אַז „דאָס רופֿן די אָרגאַניזאַציעס אָדער יחידים דורכצופֿירן אַ קאָמערציעלן בויקאָט איז נישט קיין קאָנסטרוקטיווער מיטל.‟
דער שווייצער ראַט האָט פּובליקירט די דערקלערונג נאָך דעם ווי אַ געזעצגעבער פֿון ציריך, האַנס פֿער, האָט געהערט, אַז געוויסע מיטגלידער פֿון דער שווייצער גרינער פּאַרטיי רופֿן צו בויקאָטירן ישׂראל. „זייער רוף דערמאָנט אין די בויקאָטן פֿון די ייִדישע געשעפֿטן בעת דעם חורבן,‟ האָט פֿער באַמערקט.
במשך פֿונעם יאָר 2013 האָט די צאָל אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אין די פֿראַנצייזיש־רעדנדיקע קאַנטן פֿון דער שווייץ זיך פֿאַרטאָפּלט, האָט די CICAD, אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס באַקעמפֿט אַנטיסעמיטיזם, איבערגעגעבן דאָנערשטיק אין איר יערלעכן באַריכט. די CICAD האָט קלאַסיפֿיצירט די דורכפֿירער פֿון די אַנטיסעמיטישע אַקציעס אין פֿיר גרופּעס: עקסטרעם־רעכטע; קריסטלעכע פֿאַנאַטיקער; מענטשן, וואָס דריקן אויס מילדע אַנטיסעמיטישע באַמערקונגען אויף דער אינטערנעץ, און מענטשן, וואָס פֿירן דורך אַנטיסעמיטישע אַקציעס, פֿאַרבונדן מיט געשעענישן אין ישׂראל.
אין אַ שײַכותדיקער ידיעה, האָט דער נידעריקער קאַמער פֿונעם האָלענדישן פּאַרלאַמענט גערופֿן די רעגירונג „אָנצוּווײַזן אויף אַן עפֿנטלעכן און איבערצײַגעוודיקן אופֿן, אַז זי מוטיקט די צוזאַמענאַרבעט צווישן די האָלענדישע און ישׂראלדיקע געשעפֿטן און אינסטיטוציעס, ווײַל עקאָנאָמישע קאָאָפּעראַציע קאָן דערפֿירן צו שלום, זיכערהייט און סטאַביליטעט אינעם ראַיאָן.‟
115 פֿון די 150 געזעצגעבער פֿונעם האָלענדישן פּאַרלאַמענט האָבן אָנגענומען אַ רעזאָלוציע ממשיך צו זײַן די פֿינאַנציעלע פֿאַרבינדונג מיט ישׂראל. די רעזאָלוציע איז אַרײַנגעבראַכט געוואָרן דורך די געזעצגעבער קיס וואַן דער סטײַ פֿון דער „רעפֿאָרמירטער פּאָליטישער פּאַרטיי‟ און יאָעל וווּרדעווינד פֿונעם „קריסטלעכן פֿאַרבאַנד‟, נאָך דעם ווי דער האָלענדישער אויסערן־מיניסטעריום האָט געעצהט געוויסע האָלענדישע פֿירמעס נישט צו פֿירן קיין געשעפֿטן מיט די ישׂראלדיקע פֿירמעס, וואָס נעמען אָנטייל אין פּראָיעקטן איבער דער „גרינער ליניע‟.
אין דעצעמבער האָט די האָלענדישע וואַסער־פֿירמע „וויטענס‟ זיך צוריקגעצויגן פֿון אַ בשותּפֿותדיקן פּראָיעקט מיט דער ישׂראלדיקער פֿירמע „מקורות‟, צוליב איר אַרבעט אין מיזרח־ירושלים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.