דאָנערשטיק, דעם 20סטן מאַרץ, האָט דער ביוראָ פֿונעם ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער איבערגעגעבן, אַז לויט דער אויסשפּיר־אַגענטור „מוסד‟ זענען אַכט איראַנישע ייִדן דערהרגעט געוואָרן אינעם יאָר 1994, ווען זיי האָבן געפּרוּווט זיך צו דערקלײַבן קיין ישׂראל. די „מוסד‟־אַגענטן האָט זיך אײַנגעגעבן צו קריגן אַ פֿאַרלאָזלעכע ידיעה מיט אַ קלאָרער פֿאָטאָגראַפֿיע, וואָס באַווײַזט, אַז זיי זענען זיכער טויט. דערווײַל בלײַבט נישט קלאָר, וואָס איז געשען מיט דרײַ אַנדערע ייִדן, וועלכע האָבן זיך געלאָזט אויפֿן וועג פֿון איראַן אינעם יאָר 1997.
דאָס ישׂראלדיקע אויסשפּיר־דינסט האָט נישט דערקלערט, וווּ און ווי אַזוי די ייִדן זענען אומגעקומען, אָדער ווער עס האָט זיי דערהרגעט. דער פּרעמיער־ביוראָ האָט צוגעגעבן, אַז ביז הײַנט זענען די פֿרויען פֿון די פֿאַרשוווּנדענע מענער געווען עגונות; אַ דאַנק דער איצטיקער טרויעריקער בשׂורה, וועלן זיי קאָנען ווידער חתונה האָבן.
דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, האָט אויסגעדריקט זײַן מיטגעפֿיל די משפּחות פֿון די אומגעקומענע און צוגעזאָגט, אַז די אויסשפּיר־דינסטן וועלן משתּדל זײַן אויסצוגעפֿינען מער פּרטים וועגן דעם גורל פֿון די דערהרגעטע ייִדן. דוד מידן, אַ פּענסיאָנירטער פֿאַרוואַלטער פֿון „מוסד‟, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט דער אויספֿאָרשונג, האָט געזאָגט, אַז זײַן אָרגאַניזאַציע איז געווען פֿאַרנומען מיטן דאָזיקן אינצידענט במשך פֿון 20 יאָר.
מידן האָט מסביר געווען, אַז ס׳איז געווען גאָר שווער צו געפֿינען אַ פֿאַרלאָזלעכן קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע אינעם אומסטאַבילן ראַיאָן, דורך וועלכן די אומגעקומענע ייִדן האָבן געפּרוּווט אַוועקצופֿאָרן קיין ישׂראל. סוף־כּל־סוף, האָט זיך זיי אײַנגעגעבן צו באַשטעטיקן, אַז זיי זענען אומגעקומען אויפֿן וועג. אליהו בקשי־דורון, דער געוועזענער ישׂראלדיקער ספֿרדישער הויפּט־רבֿ, איז בײַגעווען אינעם פּרעמיער־בויראָ, ווען מע האָט איבערגעגעבן די טראַגישע בשׂורה די קרובֿים פֿון די אומגעקומענע.
ייִדן, קריסטן און זאָראָאַסטריסטן זענען אָפֿיציעל באַשיצטע רעליגיעזע מינאָריטעטן, לויט די איראַנישע געזעצן. אָבער, צוליב די פֿײַנטלעכע באַציִונגען צווישן איראַן און ישׂראל, פֿילן זיך די אָרטיקע ייִדן אומרויִק און דאָס פּרוּוון אַוועקצופֿאָרן פֿון איראַן קיין ישׂראל איז פֿאַרבונדן מיט גרויסע סכּנות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.