דאָנערשטיק, דעם 20סטן מאַרץ, האָט די אַמעריקאַנער נאַציאָנאַלע נישט־קאָמערציעלע אָרגאַניזאַציע Blue Card („דאָס בלויע קאַרטל‟), וואָס העלפֿט די אָרעמע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, אַנאָנסירט אַ נײַע פּראָגראַם, וועלכע וועט באַזאָרגן די לעבן־געבליבענע פֿונעם חורבן מיט געזונטע שפּײַז־פּראָדוקטן.
דאָס „בלויע קאַרטל‟ העלפֿט מער ווי 2,000 אָרעמע־לײַט אין ניו־יאָרק. די נײַע „פּראָגראַם פֿאַר נערונג־עצות אויפֿן נאָמען פֿון ריטאַ בערקאָוויץ‟ וועט אויסטיילן וויטאַמינען און חודשלעכע געלט־סומעס פֿאַר פּראָדוקטן, ווי אויך געבן עצות, וואָס מע זאָל עסן, כּדי צו בלײַבן געזונט, אויסגעאַרבעט אויפֿן סמך פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע דיעטע־ספּעציאַליסטן, וועלכע זענען באַקאַנט מיט די קולטורעלע ספּעציפֿישקייטן פֿון פֿאַרשיידענע באַפֿעלקערונג־גרופּעס, בפֿרט צווישן די ייִדן.
מאַשאַ פּערל, דער אויספֿיר־דירעקטאָרין פֿון דער אָרגאַניזאַציע, האָט דערקלערט אינעם פּרעסע־קאָמוניקאַט וועגן פֿון דער נײַער פּראָגראַם, אַז די לעבן־געבליבענע פֿונעם חורבן ווײַזן אָפֿט אַרויס אַ מאָדנע באַציִונג צום עסן, ווי די דעמאָגראַפֿישע שטודיעס האָבן אַנטדעקט. אַ סך פֿון זיי האָבן געליטן פֿון הונגער במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט בעת דער מלחמה, און אַנטוויקלט צוליב אומגעזונטע געוווינשאַפֿטן — סײַ וואָס שײַך זייער ראַציאָן־רעזשים, סײַ אינעם אומגעוויינטלעכן אויסקלײַב פֿון די פּראָדוקטן, סײַ אין דעם, ווי אַזוי זיי האַלטן דעם שפּײַז בײַ זיך אין שטוב. ווען אַזעלכע מענטשן ווערן עלטער, הייבן זיי אָן זיך אויפֿפֿירן נאָך מער געפֿערלעך.
צום בײַשפּיל, האָט פּערל דערקלערט, זענען אַ סך ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה נישט בכּוח אַרויסצוּוואַרפֿן די פּראָדוקטן, אויב אַפֿילו זיי ווערן אינגאַנצן פֿאַרשימלט. פֿון דער צווייטער זײַט, פֿאַלן זיי צומאָל אַרײַן אין אַ פּאַניק, אויב זיי קאָנען נישט געפֿינען אַ געוויסן מיט מאכל.
די נײַע פּראָגראַם איז געשאַפֿן געוואָרן מיט דער הילף פֿונעם פּאָרפֿאָלק לו און איימי בערקאָוויץ. די אָרגאַניזאַציע „דאָס בלויע קאַרטל‟ איז געגרינדעט געוואָרן אין דײַטשלאַנד, אינעם יאָר 1934, כּדי צו העלפֿן די ייִדן זיך צו ראַטעווען פֿון די נאַצי־רדיפֿות. אינעם יאָר 1939, איז זי אַריבער קיין ניו־יאָרק, און זיך פֿאַרנומען מיט די ייִדישע פּליטים פֿון אייראָפּע. נאָך דער מלחמה, האָט זי זיך פֿאָקוסירט אויף דער שארית־הפּליטה. בסך־הכּל, האָט „דאָס בלויע קאַרטל‟ אויסגעגעבן מער ווי 18 מיליאָן דאָלאַר צו טויזנטער לעבן־געבליבענע פֿונעם חורבן און זייערע משפּחות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.