דער „פֿאַל גרינינגער‟

The Grüninger Case

אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם: פּאַול גרינינגער װי אַ יונגער-מאַן אין זײַן מונדיר.
SRF/Nikkol Rot
אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם: פּאַול גרינינגער װי אַ יונגער-מאַן אין זײַן מונדיר.

פֿון שׂרה קיריטעסקו

Published March 23, 2014, issue of April 11, 2014.

אין פֿעברואַר האָט די שװײץ באַשלאָסן, אַז די בירגער פֿונעם אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד טאָרן זיך מער ניט פֿרײַ באַזעצן אין דער שװײץ. די שװײצערישע פֿאָלקספּאַרטײ װיל אײַנפֿירן קאָנטינגענטן (ד״ה, „קוואָטאַס‟), פֿאַר דער אימיגראַציע, װײַל מע האָט מורא, אַז צו פֿיל מענטשן קומען אַרײַן אין דעם קלײן לענדעלע; אַז זיי פֿאַרשטאָפּן די עפֿנטלעכע טראַנספּאָרט־סיסטעם און בלאָזן אױף די פּרײַזן פֿון די דירות אין די גרױסע שטעט. דאָס איז, צום באַדויערן, ניט דאָס ערשטע מאָל װאָס די שװײץ פֿאַרמאַכט אירע טויערן: נאָך פֿאַר דער צװײטער װעלט-מלחמה, אין 1938, האָט מען באַשלאָסן, אַז ייִדן זײַנען ניט קײן „פּאָליטישע פּליטים‟ און טאָרן ניט אַרײַן אין דער שװײץ אָן אַ װיזע.

כאָטש די שװײץ האָט, װי אַ „נייטראַלע‟ מדינה, זיך ניט באַטייליקט אין דער צװײטער װעלט-מלחמה, האָט זי, װי אַ לאַנד אין מיטן פֿון אײראָפּע, יאָ געפֿילט די קאָנסעקװענצן פֿונעם קריג, און יאָ ווײַטער פֿאַרהאַנדלט מיט די אַנדערע לענדער. אין אַלגעמײן האָט מען מורא געהאַט, אַז די דײַטשן װעלן באַשליסן צו פֿאַרכאַפּן די שװײץ, ניט געקוקט אױף דעם, װאָס אין 1937 האָט היטלער אַלײן צוגעזאָגט אַ געװעזענעם שװײצער פּאָליטיקער, אַז ער װעט זײַן לאַנד ניט אַטאַקירן. אָבער מסתּמא צוליב יענעם שרעק־געפֿיל, האָט די שװײץ כּסדר געפּרוּװט צו זײַן אַ „גוטער שכן‟ און ניט צו מאַכן היטלערן שווער דאָס לעבן.

די שװײצער פּאַרטײ דער „נאַציאָנאַלער פֿראָנט‟, װאָס האָט געפֿירט אַ רעכטע, נאַציאָנאַל־סאָציאַליסטישע פּאָליטיק, האָט ניט געהאַט קײן סך הצלחה אין די װאַלן און איז געבליבן שוואַך. אָבער ניט געקוקט אױף דעם, האָט די שװײץ געפֿירט געשעפֿטן מיט דײַטשלאַנד און עקאָנאָמיש פּראָפֿיטירט פֿונעם מצבֿ אין אײראָפּע. ס׳איז ווייניק באַקאַנט, אַז אַ שװײצער פֿירמע האָט פֿאַבריצירט און צוגעשטעלט די רױטע פֿאַרב, װאָס דײַטשלאַנד האָט געניצט פֿאַר די נאַצי־פֿאָנען. שװײצער געשעפֿטן האָבן אױך פֿאַרקױפֿט אַ סך געװער צו דײַטשלאַנד און צו איטאַליע, צען מאָל מער װי זײ האָבן פֿאַרקױפֿט די אַליִיִרטע, און אַזױ פֿאַרדינט אַ היפּשע סומע. פֿאַרשטײט זיך, אַז אױך די שװײצער בענק האָבן פּראָפֿיטירט, װײַל זײ האָבן געקױפֿט וואָס די דײַטשן האָבן געראַבעוועט, און צוליב דעם האָט דײַטשלאַנד געהאַט אַ סך גרייט געלט (liquidity בלע״ז). סוף־כּל־סוף, האָט היטלער אין 1941 געקראָגן אַ קרעדיט פֿון אײן מיליאַרד (ביליאָן) פֿראַנקען פֿאַר זײַן אינוואַזיע אין רוסלאַנד.

אָבער ניט נאָר די שװײצער עקאָנאָמישע פּאָליטיק, אױך די פּאָליטיק לגבי די פּליטים בשעת דער מלחמה איז געװען אַ פּראָבלעמאַטישע. בסך־הכּל, האָבן אַרום 21,000 ייִדישע פּליטים זיך געראַטעװעט, כאָטש מע האָט ניט געװאָלט, אַז זײ זאָלן זיך באַזעצן אויף שטענדיק. די שװײץ האָט נאָר געװאָלט זײַן אַ טראַנזיט-לאַנד און האָט אױך ניט געװאָלט צאָלן פֿאַר די פּליטים — געװײנטלעך האָבן ייִדישע אָרגאַניזאַציעס געדאַרפֿט צאָלן. אַרום 3,500 פּליטים האָט די שװײץ ניט אַרײַנגעלאָזט, אָבער מע װעט קײן מאָל ניט װיסן פּינקטלעך, װיפֿל פֿון זײ זענען געװען ייִדן און זענען דערנאָך אומגעקומען. אין 1938 איז די באַציִונג צו די פּליטים געװאָרן נאָך ערגער, אָבער עס איז ניט אמת, אַז די שװײצער פּאָליטיקער האָבן אין 1938 אַלײן געהאַט דעם געדאַנק אײַנצופֿירן דעם J־שטעמפּל אין די פּאַספּאָרטן פֿון די דײַטשישע ייִדן — כאָטש זײ האָבן יאָ מסכּים געװען צו דעם, װײַל אַזױ איז געװען גרינגער אַװעקצושיקן די „פֿאַלשע פּליטים‟ בײַ דער גרענעץ.

אין 1938 האָט מען אױך באַשלאָסן, אַז געװעזענע עסטרײַכער דאַרפֿן אַ װיזע, און אין 1942 האָט מען באַשטימט ניט אַרײַנצולאָזן פּליטים סתּם צוליב „ראַסישע סיבות‟. מע האָט געטענהט, אַז װאָס װײניקער ייִדן זײַנען אין דער שװײץ, אַלץ װײניקער אַנטיסעמיטיזם װעט זיך פֿאַרשפּרײטן אין דער באַפֿעלקערונג, און אַזױ האָט מען געװאָלט אױסמײַדן די דײַטשישע פּראָבלעמען.

די געשיכטע פֿון אײן שװײצער פּאָליציאַנט, װאָס האָט אַלײן געראַטעװעט איבער 3,000 ייִדן, איז נאָר װאָס געװאָרן מער באַקאַנט דורכן נײַעם שװײצער־דײַטשן פֿילם „די אַקטע גרינינגער” (Akte Grüninger). דער פּאָליציי־קאַפּיטאַן פּאַול גרינינגער פֿונעם קאַנטאָן זאַנקט גאַלן (װאָס גרענעצט מיט דײַטשלאַנד) האָט נאָכן יאָר 1938, מיט דער געהיימער הילף פֿון סאָציאַל־דעמאָקראַטישע פּאָליטיקער און פֿון אַנדערע העלפֿער, דורכגעלאָזט איבער דער גרענעץ װאָס מער ייִדן, ספּעציעל בײַם גרענעץ־פּונקט דיפּאָלדזאַו. די ייִדישע פּליטים זענען געקומען, דער עיקר, פֿון װין נאָכן „אַנשלוס‟ (ווען נאַצי־דײַטשלאַנד האָט פֿאַרכאַפּט עסטרײַך), און זענען געװײנטלעך אַרײַן אין זאַנקט גאַלן אומלעגאַל איבערן װאַסער, אָדער אַלײן אָדער מיט דער הילף פֿון שװײצערישע שמוגלערס. עטלעכע האָבן אױך געקראָגן װיזעס פֿון די שװײצער דיפּלאָמאַטן, װי למשל, ערנעסט פּראָדאָליע (Ernest Prodolliet), װאָס האָבן לױט דער נײַער פּאָליטיק מער ניט געטאָרט אַרױסגעבן קיין װיזעס.

גרינינגער האָט טאָלערירט דאָס אומלעגאַלע אַריבערגײן איבער דער גרענעץ. די אַלע פּליטים, װאָס האָבן מצליח געװען זיך אַרײַנצוגנבֿענען אין זאַנקט גאַלן זענען אַרײַן אין אַ לאַגער, װאָס איז געװען אָרגאַניזירט און פֿינאַנצירט פֿון דער „ייִדישער פּליטים־הילף‟ (Israelitische Flüchtlingshilfe). דאָרטן האָט גרינינגער געהאָלפֿן די פּליטים און אָפֿט אָנגעוויזן פֿאַלשע דאַטעס אין זײערע פּאַפּירן, כּדי עס זאָל אױסזען װי זײ זײַנען אַרײַן פֿריִער ווי די נײַע װיזע־געזעצן זײַנען אָנגענומען געוואָרן; אָדער ער האָט זײ אינטערװיויִרט און באַשלאָסן, אַז מען טאָר זײ ניט צוריקשיקן צו די נאַציס. גרינינגערס מעשׂים זענען נאָר געװען מעגלעך, אַ דאַנק דעם סאָציאַליסטישן פּאָליטיקער װאַלענטין קעל (Valentin Keel) און דעם סעקרעטאַר סידני דרײפֿוס (Sidney Dreifuss) פֿון דער פּליטים־הילף.

ער האָט אױך געהאָלפֿן אַרײַנצוברענגען עטלעכע קרובֿים פֿון די אָרטיקע פּליטים דורך פֿאַלשע בריװ, מיט װעלכע ייִדן האָבן געקענט אַרײַנקומען אָן אַ װיזע, אַ טײל אַפֿילו פֿונעם קאָנצענטראַציע־לאַגער דאַכאַו. פֿון צײַט צו צײַט האָט ער אױך אָרגאַניזירט אַן אָרט אױף דער צווייטער זײַט פֿון דער גרענעץ, װוּ די פּליטים האָבן געקענט איבערלאָזן זײער געלט און טײַערע חפֿצים און שפּעטער האָט מען אַלץ אַריבערגעבראַכט פֿאַר זײ.

עס האָט ניט געדױערט צו לאַנג ביז די מלוכה האָט אַנטפּלעקט װאָס עס טוט זיך אין זאַנקט גאַלן, און שױן אין אַפּריל 1939 האָט מען גרינינגער אָפּגעזאָגט פֿון זײַן שטעלע. אין 1940 האָט מען אים פֿאַרמישפּט פֿאַר פֿעלשן דאָקומענטן. מע האָט אים ניט בלויז באַשולדיקט אין פֿאַלציפֿיצירן אימיגראַציע־דאָקומענטן, נאָר אױך אין באַרײַכערן זיך מיט שוחד־געלט פֿון די פּליטים, אין פֿירן ליבעס מיט די יונגע ייִדישע פֿרויען, און בכלל אין דעם זײַן אַ שלעכטער פּאָליציאַנט. דער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער פּאָליטיקער קעל האָט אים ניט געשטיצט און האָט ניט מודה געװען אין זײַן אייגענער ראָלע. אױך סידני דרײפֿוס האָט אים ניט געשטיצט, און האָט אַפֿילו געהאָלפֿן דער פּאָליצײ צו זאַמלען באַװײַזן קעגן אים. נאָר די פּליטים האָבן גרינינגער געשטיצט, אױך נאָכן מישפּט. גרינינגערס טאָכטער, למשל, האָט געקענט געפֿינען אַ שטעלע נאָר אין אַ ייִדישן געשעפֿט. גרינינגער האָט מודה געװען אין העלפֿן די פּליטים, אָבער ער האָט כּסדר אַרויסגעהויבן, אַז ער האָט עס געטאָן צוליב מענטשלעכקײט און אַז ער האָט קײן מאָל ניט אױסגענוצט די פּליטים.

מע האָט גרינינגער אױסשפּיאָנירט נאָך ביז 1945 און געזאַמלט ראַיות, אַז ער איז אין דער אמתן אַ נאַצי, כאָטש בדיעבֿד לײגט זיך דאָס אין גאַנצן ניט אױפֿן שׂכל. ביז 1972, װען גרינינגער איז געשטאָרבן, האָט ער געאַרבעט אין פֿאַרשײדענע ערטער, אָבער ער איז געבליבן אַן אָרעמאַן ביזן טױט, װײַל ער האָט ניט געקראָגן קײן פּענסיע. קײנער האָט אים ניט געהאָלפֿן, אױך ניט די שווייצער־ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, און מע האָט אים ניט רעהאַביליטירט, דאָס הײסט רעהאַביליטירט פּאָליטיש און פֿרײַגעזאָגט פֿונעם מישפּט, ביז 1995, כאָטש מע האָט עס געפּרוּװט טאָן פֿינף מאָל, צום ערשטן מאָל אין 1968. דער עיקר, מען האָט אָנגעהויבן באַטראַכטן זײַן פֿאַל פֿון אַ נײַעם קוקװינקל צוליב דעם בוך „דער פֿאַל גרינינגער‟, װאָס דער זשורנאַליסט שטעפֿאַן קעלער (Stefan Keller) האָט אָנגעשריבן אין 1993 אױפֿן סמך פֿון אַ גרױסער אױספֿאָרשונג. אין ישׂראל האָט מען פֿריִער פֿאַרשטאַנען װאָס גרינינגער האָט געטאָן פֿאַר די פּליטים, און „יד-ושם‟ האָט אים אַרײַנגענומען אין זײער רשימה פֿון חסדי־אומות־העולם אין 1971. סוף־כּל־סוף, האָט די שװײצער רעגירונג באַצאָלט מער װי אײן מיליאָן פֿראַנקען פֿאַרגיטיקונג פֿאַר דער פּאַול גרינינגער־פֿונדאַציע, װאָס עקסיסטירט ביזן הײַנטיקן טאָג.