(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די גרויסע ייִדישע דענאָמינאַציעס זאָרגן זיך, אַז ניט גענוג מענער באַטייליקן זיך אין דער קהילה. געוואַלד, וווּ זײַנען זיי פֿאַרשוווּנדן געוואָרן? נו, ווײַזט זיך אַרויס, אַז דאָס זעלבע איז געשען אין די אַנדערע רעליגיעס. אַרום 20% פֿון אַמעריקאַנער מענער געהערן ניט צו קיין שום רעליגיע, פֿון די פֿרויען — נאָר 13%. דאָס הייסט, אַרום 21 מיליאָן מער מענער, וואָס פֿעלן אויף די טעמפּל־ און טומאה־בענקלעך. די דורכשניטלעכע אַמעריקאַנער קירך-געמיינדע באַשטייט פֿון 61% פֿרויען, און אין מיטן דער וואָך קען זײַן 80% פֿרויען אָדער מער.
ניט יעדער זאָרגט זיך וועגן דעם דאָזיקן פֿענאָמען, פֿאַרשטייט זיך. אפֿשר איז גאָר אַ ברכה פּטור צו ווערן פֿון די מענער, וואָס האָבן געהאַט די דעה און אַלץ קאַליע געמאַכט אין משך פֿון דער גאַנצער מענטשלעכער געשיכטע? אָבער געוויסע גרופּעס באַטראַכטן דעם מענער־דעפֿיציט ווי אַ פּראָבלעם און באַמיִען זיך צו בײַטן די אַטמאָספֿער פֿונעם געבעטהויז: זיי פֿאַרבן די ווענט מיט „מענערישע‟ קאָלירן, זינגען מער „מענערישע‟ תּפֿילות, מאַכן אַ „באַרבעקיו‟ אין דרויסן, שפּילן אין ספּאָרט, פֿאַרבעטן די מתפּללים אַרײַנצוברענגען זייערע מאָטאָציקלען אָדער עלעקטראָנישע אינסטרומענטן (power tools בלע״ז). ס׳איז ניט קלאָר, צי אַזאַ צוגאַנג וועט אַרבעטן מיט ייִדישע מענער — איך קען קיינעם ניט, למשל, וואָס פֿאַרמאָגט די דאָזיקע עלטעקטראָנישע אינסטרומענטן — אָבער ס׳איז כאָטש כּדאַי צו באַקלערן דעם ענין.
בקיצור, מיר קענען זיך לערנען אַ סך פֿון דעם, וואָס עס טוט זיך בײַ יענעם, ווען מיר נעמען אין באַטראַכט די אַנדערע 99.8% פֿון דער מענטשהייט. זיי האָבן אויך וואָס צו זאָגן, און זייער אָפֿט איז דאָס, וואָס טוט זיך בײַ זיי, אַ סך וויכטיקער ווי אונדזער קאָנצערט, אונדזער פֿילם, אָדער אונדזער לופֿטקילער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.