פֿאָרשטייערס פֿונעם ציוניסטישן ראַט פֿון וויקטאָריע, פֿון דער לאָקאַלער “מיזרחי”-אָרגאַניזאַציע און פֿון וויקטאָריעס ועד־הרבנים האָבן געטאַדלט צוויי חב”ד־רבנים, הרבֿ צבֿי טעלזנער און הרבֿ חיים צבֿי גראָנער, פֿאַרן אונטערשרײַבן אַ בריוו, וואָס רופֿט מעלבורנער ייִדן זיך צונויפֿצוקומען און טאַדלען דאָס נײַע ישׂראלדיקע געזעץ, וואָס וועט צווינגען די חרדישע ייִדן צו דינען אינעם צה”ל.
די טענה איז געווען, אַז דער בריוו קלינגט ווי אַן אָנפֿאַל אויף דער ישׂראלדיקער רעגירונג. די צוויי רבנים האָבן זיך אַנטשולדיקט, זאָגנדיק, אַז איין פּונקט אינעם בריוו קלינגט טאַקע קרום קעגן דער רעגירונג. זיי האָבן אָבער נישט צוריקגעצויגן זייער אונטערשטיצונג פֿונעם בריוו. אַ פֿיר הונדערט מאַן האָבן אָנטייל גענומען אין דער פֿאַרזאַמלונג. רבנים פֿון די גרעסערע מעלבורנער שילן, צווישן זיי הרבֿ גראָנער, זײַנען נישט בײַגעווען. הרבֿ טעלזער איז יאָ בײַגעווען. ביידע רבנים האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו רעדן מיט דער פּרעסע וועגן דעם ענין.
דער ועד־הכּשרת פֿון ניו־סאַוט וויילס וועט דערלויבן די לאָקאַלע רעסטאָראַנען צו דערלאַנגען פֿלייש פֿון אַ מעלבורנער קצבֿ צום ערשטן מאָל. דער ועד־הכּשרת האָט אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך מיטן מעלבורנער “אַגודת חב”ד”, וואָס דערלויבט די צוויי אָרגאַניזאַציעס צו טיילן זיך מיט זייערע משגיחים. “אַגודות חב”ד” איז דער משגיח פֿאַר נאָר איין מעלבורנער קצבֿ, און ער איז דער איינציקער מעלבורנער קצבֿ, וועמענס פֿלייש וועט זײַן כּשר אין סידנעי.
עס איז נאָר פֿאַראַן איין כּשרער קצבֿ אין סידנעי. כאָטש איין סידנעיער משפּחה וואָס קויפֿט נאָר כּשר פֿלייש האָט געבעטן אויף דער “פֿייסבוק”-זײַט פֿונעם סידנעיער ועד־הכּשרת, אַז די רבנים זאָלן דערקלערן, פֿאַר וואָס איז דאָס פֿלייש פֿון איין מעלבורנער קצבֿ כּשר, און דאָס פֿלייש פֿון אַלע אַנדערע מעלבורנער קצבֿים איז טרייף אין סידנעי? — האָט דער ועד־הכּשרת זיך אָפּגעזאָגט צו רעדן מיט דער פּרעסע וועגן דעם ענין.
די ישׂראלדיקע רעגירונג פֿירט איצט דיסקוסיעס וועגן דער מעגלעכקייט, אַז איר פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, זאָל באַזוכן אויסטראַליע נאָך דעם ווי אויסטראַליעס נײַער פּרעמיער־מיניסטער, טאָני אַבאָט, האָט געזאָגט, אַז ער וואָלט געוואָלט פֿאַרשטאַרקן אויסטראַליעס פֿאַרבינדונג מיט דער ייִדישער מדינה. ביידע האָבן זיי גערעדט בײַ די „דאַוואָס‟־שמועסן און ביידע האָבן פֿאַרבעטן דעם אַנדערן צו באַזוכן זייער לאַנד.
עס איז נאָך נישט קלאָר, ווען נתניהו וועט באַזוכן אויסטראַליע. מע דערוואַרט, אַז די צוויי פּרעמיער־מיניסטאָרן וועלן אַרומרעדן די ענינים פֿון האַנדל, דעם פּרוּוו צו דעלעגיטימיזירן מדינת־ישׂראל, קעגנזײַטיקע פּראָבלעמען און דעם ענין פֿון בען זיגיער. זיגיער איז אַן אויסטראַלישער בירגער, וואָס איז באַגאַנגען זעלבסט-מאָרד אין אַ ישׂראלדיקער טורמע.
נאָך צוויי אַנטיסעמיטישע פֿאַלן אין אַדעלייד
נאָך צוויי פֿאַלן פֿון אַנטיסעמיטישער גראַפֿיטי, וואָס זעט אויס זייער ענלעך צו די גראַפֿיטי, וואָס איז אַנטדעקט געוואָרן אויפֿן קאַמפּוס פֿון אַדעלייד־אוניווערסיטעט מיט געציילטע וואָכן צוריק, האָבן זיך ווידער באַוויזן אויפֿן קאַמפּוס. דער פּרעזידענט פֿונעם אוניווערסיטעט האָט געשיקט אַ בריוו צום עקזעקוטיוו-דירעקטאָר פֿונעם עקזעקוטיוו-ראַט פֿון אויסטראַלישן ייִדנטום, אין וועלכן ער האָט באַשריבן די נײַע פֿאַלן. די גראַפֿיטי איז גלײַך אָפּגעריבן געוואָרן. פּאָליציי און פּריוואַטע שומרים האָבן פֿאַרשטאַרקט זייער קאָנטראָל אויפֿן קאַמפּוס, און דער ראַט האָט באַדאַנקט דעם פּרעזידענט פֿאַר זײַן צוגאַנג צום ענין, און פֿאַר זײַן גרייטקייט מיטצואַרבעטן מיט דער ייִדישער קהילה.
ספּעציעלע אַרבעט-סעסיעס פֿאַר פּאָטענציעלע צוקונפֿטיקע אָנפֿירער פֿון דער אויסטראַלישער ייִדישער קהילה וועלן פֿאָרקומען אין וויקטאָריע אין חודש מײַ. 45 יונגע מענטשן וועלן זיך צונויפֿקומען אויף דרײַ טעג און אָנטיילנעמען אין סעסיעס וועגן פֿירערשאַפֿט, צוזאַמענאַרבעט און אויסשולן זיך. די אָנטיילנעמערס וועלן זײַן אין עלטער פֿון צווישן 21 און פֿערציק יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.