אינעם יאָר 1895, האָט דער דײַטשישער קאָמפּאָזיטאָר מאַקס ברוך געשאַפֿן זײַן אָראַטאָריע „משה‟. הגם דאָס דאָזיקע ווערק ווערט זעלטן געשפּילט הײַנט אין די קאָנצערטן, בלײַבט עס אַ וויכטיקע און אויסגעצייכנטע מוזיקאַלישע שאַפֿונג. זײַן וועלט־באַרימטע מוזיקאַלישע באַגלייטונג צו דער יום־כּיפּורדיקער תּפֿילה „כּל־נדרי‟ איז אָנגענומען געוואָרן ווי אַ קלאַסיש ווערק אויף אַ ייִדישער טעמע.
דער חידוש פֿון ברוכס ביאָגראַפֿיע באַשטייט אין דעם, וואָס ער איז נישט געווען קיין ייִד. אַדרבה, זײַענדיק אַ דײַטשישער קריסט־פּראָטעסטאַנט, האָט ער זיך באַצויגן צו ייִדן אָן אַ גרויסער סימפּאַטיע. אין פֿאַרגלײַך מיט זײַן חבֿר און מיטצײַטלער יאָהאַנעס בראַמס, האָט ברוך זיך גענוג אָפֿט אויפֿגעפֿירט בפֿירוש אַנטיסעמיטיש. פֿונדעסטוועגן, האָט ער געשאַפֿן אַן עפּישע אָראַטאָריע, געווידמעט דעם אויפֿשטײַג פֿון עם־ישׂראל און דער ייִדישער וואַנדערונג אינעם מידבר, וואָס הייבט זיך אָן מיט אַ דערציילונג וועגן דעם, ווי ייִדן האָבן מקבל געווען די תּורה אויפֿן באַרג סיני, און שליסט זיך מיט משה רבינוס פּטירה.
אויך פֿאַר ברוכן, האָבן אַ צאָל ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן געפּרוּווט צו פֿאַרוואַנדלען די תּורה־מעשׂיות וועגן משה רבינו אין אַ מוזיקאַליש ווערק. אין די 1980ער יאָרן, ווען דער נישט־ייִדישער קאָמפּאָזיטאָר האָט אָנגעהויבן אַרבעטן איבער זײַן אָראַטאָריע, איז אַזאַ סטיל — אַ כאָראַל מיט אַן אָרקעסטער, פֿאַרבונדן מיט אַ ביבלישער טעמע — שוין אַרויס פֿון דער מאָדע. די איינציקע ביבלישע אָראַטאָריע פֿון יענער תּקופֿה, וואָס בלײַבט פּאָפּולער ביזן הײַנטיקן טאָג, איז פֿעליקס מענדעלסאָנס „אליהו‟.
הײַנט אַסאָציִיִרן אַ סך מענטשן דײַטשלאַנד מיטן חורבן. ווען ברוך האָט געלעבט, אָבער, זענען די אַסימילירטע ייִדן געווען, אין אַ גרויסער מאָס, אַ פּראָמינענטער טייל פֿון דער דײַטשישער געזעלשאַפֿט, און האָבן געשפּילט זייער אַן אָנגעזעענע ראָלע אויף דער מוזיקאַלישער סצענע פֿונעם לאַנד. דזשאָרדזש גערשווין האָט געשאַפֿן זײַן אָפּערע „פּאָרגי און בעס‟, געווידמעט דעם לעבן פֿון די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, אינעם יאָר 1935, ווען אין אַמעריקע האָט געבושעוועט ראַסיזם. ער אַליין איז אָבער געווען אַ ייִד. פּונקט אַזוי, הגם אַנטיסעמיטיזם איז געווען זיכער פֿאַרשפּרייט אינעם 19טן יאָרהונדערט צווישן די דײַטשן, האָט אַפֿילו אַזאַ מענטש, ווי מאַקס ברוך, לאוו־דווקא אַ ליבהאָבער פֿון ייִדן, געקאָנט שעפּן פֿונעם ייִדישן קוואַל און באַנוצן זיך מיט ייִדישע מאַטעריאַלן. ווען מע הערט זיך צו צו ברוכס ווערק, איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז די געשיכטע פֿון דײַטשיש־ייִדישע קולטורעלע באַציִונגען איז אַ סך ברייטער און לענגער, ווי די שוידערלעכע תּקופֿה פֿון נאַציזם.
ברוך און בראַמס זענען געווען קעגנער פֿון ריכאַרד וואַגנערס מוזיק און האָבן אָפּגעוואָרפֿן די ראָמאַנטיש־נאַציאָנאַליסטישע פּאָליטיק פֿון וואַגנערס נאָכפֿאָלגער. זײַענדיק אַ קאָנסערוואַטיווער מוזיקאַנט, האָט ברוך געשטרעבט אָפּצוהיטן די אַלטע דײַטשישע קולטור־טראַדיציעס. עס קאָן זײַן, אַז אין זײַן אָראַטאָריע „משה‟ איז דער קאָמפּאָזיטאָר מרמז, אויף אַ מעטאַפֿאָרישן אופֿן, די באַציִונגען צווישן ביסמאַרק, דעם אימפּעראַטאָר ווילהעלם דעם דריטן און דער דײַטשישער נאַציע. משה דינט ווי אַ סימבאָל פֿון אַ כאַריזמאַטישן פּאָליטישן מנהיג. נישט געקוקט אויף זײַנע אַנטי־ייִדישע דעות אין געוויסע ענינים, איז ברוך געווען אַ בפֿירושער „אַנטי־וואַגנעריסט‟ און דערפֿאַר האָט ער זיך נישט געשעמט צו זײַן באַגײַסטערט פֿון ייִדישע טעמעס.
לעאָן באָטשטיין, דער מחבר פֿונעם דאָזיקן אַרטיקל, איז דער פּרעזידענט פֿונעם „באַרד־קאָלעדזש‟ און דער דיריגענט פֿונעם אַמעריקאַנער סימפֿאָנישן אָרקעסטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.