אַוליצאַַ פּֿרוזשנאַַ — די פּֿרוזשנע־גאַַס, פֿֿירט צום ייִדישן טעאַַטער אויפֿן גזשיבאַָווסקי סקווער. פֿרײַטיק אין דער פֿרי אויפֿן וועג צום טעאַַטער האַָב איך געזען אַ גרופּּע אַרבעטער אויף פּֿרוזשנע־גאַס, וואַָס האַַלטן עפּּעס אין די הענט און רעדן וועגן “ייִדישע אײַנווינער” און “אַַרישע אײַנוווינער”. די פּֿרוזשנע-גאַַס ווערט די טעג רעמאַָנטירט. עס האַָט זיך אַַרויסגעוויזן, אַז גראָבנדיק די ערד, האַָבן די אַַרבעטער געפֿונען אַן אַלטע אַָפֿיציעלע בראַָשור מיט עטלעכע קאַָלומנעס. צווישן זיי איז געווען אַ קאַָלומנע פֿאַר אַרישע אײַנוווינער און אַ קאַָלומנע פֿאַר ייִדישע אײַנוווינער. דאַָס יאַָר אויף דער בראַָשור איז געווען דײַטלעך צו לייענען — 1940. הגם די פּּאַפּּירן זענען געלעגן אין דער נאַַסער ערד במשך פֿון 73 יאַָר, האָט דער שריפֿט זיך פֿאַרהיט אין זייער אַ גוטן צושטאַנד.
איך האַָב געפֿרעגט די אַַרבעטער, צי זיי זענען מסכּים מיר איבערצוגעבן די נאַַסע פּּאַַפּּירן. זיי זענען טאַַקע מסכּים געווען, און איך האַָב געבראַַכט די פּּאַפּּירן אין ייִדישן היסטאַָרישן אינסיטוט, וווּ דער היסטאַָריקער יאַַן יאַגעלסקי האַָט מיר געזאַָגט, אַַז דאַָס זענען ליסטעס, וואַָס די באַַלעבאַטים פֿון דירות האַָבן געמוזט אויספֿילן בשעת דער דײַטשישער אַָקופּּאַַציע. די אַָפֿיציעלע סיבה איז געווען, אַז מען זאַָל אויפֿן סמך פֿון דער אנפֿאָרמאַציע, קענען פֿאַַרטיילן זיי לעבנסמיטלען־קאַרטן.
די אַרישע אַײַנוווינער האַָבן באַַקומען, פֿאַרשטייט זיך, גרעסערע פּאַָרציעס. די דאַָזיקע אינפֿאַָרמאַַציע איז שפּעטער געווען ניצלעך פֿאַַר די דײַטשן, כּדי צו קאַָנטראַָלירן, אַז קיין ייִדן געפֿינען זיך נישט אַויסערהאַַלב פֿון דער געטאַָ. אַָנהייב 1940 איז נאַָך נישט געווען קיין געטאַָ אין וואַַרשע, האָבן די ייִדן און נישט ייִדן נאַָך געוווינט אין די זעלבע הײַזער.
יאַַן יאַגיעלסקי האַָט באַטאַָנט, אַז טעאַָרעטיש דאַַרף תּמיד זײַן אַַן אַַרכעאַָלאַָג ווי אַ מין היסטאַָרישער משגיח, בשעת מען גראָבט אין אַ היסטאַָרישער געגנט ווי די פֿרוזשנע־גאַַס.
די גרעסטע פּּוילישע צײַטונג, “גאַַזעטאַ וויבאַָרטשאַַ”, האַָט פּובליקירט שבת דעם 22סטן מאַרץ אַן אַרטיקל וועגן דעם ענין מיטן טיטל “עדות פֿון ייִדישן לעבן אויסגעגראָבן אויף דער פּֿרוזשנער־גאַס”.
רענאַטאַ קאַַזנאַָווסקאַַ, וואַָס פֿאַַרנעמט זיך מיט אַרכעאַָלאַָגישע ענינים פֿאַַר דער שטאַָט וואַרשע, זאַָגט אינעם רעפּּאַָרטאַזש, אַז קיין אַרכעאַָלאַָג איז ניט פֿאַַראַַן בײַ דער רעמאַָנט-אַרבעט אויף דער פּֿרוזשנער־גאַס, ווײַל די פּֿרוזשנע־גאַַס ווערט נישט באַַטראַַכט ווי אַַן אַזוי גערופֿענער “קאַָנסערוואַציע־שטח”.
די פּֿרוזשנע־גאַַס איז סוף יאַָר 1940 געוואַָרן אַ טייל פֿון דער וואַַרשעווער געטאַָ.
די אַַרבעטער האַָבן געגראָבן נישט מער ווי פֿופֿציק צענטימעטער אין דער ערד. ס’איז טאַַקע טשיקאַַווע צו וויסן, וואַָס וואַָלטן זיי געפֿונען, ווען זיי וואָלטן געגראָבן אַ ביסל טיפֿער.
לאַָמיר בלײַבן בײַ דעם גזשיבאַָווסקי־סקווער. דער בנין וואַָס דאַָמינירט אינעם סקווער, איז די קירך פֿון אַלע הייליקע. די קירך איז געשטאַַנען אין מיטן פֿון דער געטאַָ, און דאַָרט האַָבן געדאַַוונט די געשמדטע ייִדן פֿון דער געטאַָ.
די שטאַָט וואַַרשע האַָט באַשלאַָסן צו בויען בײַ דער קירך אַ דענקמאַָל פֿאַר די פּֿאַָליאַַקן, וואַָס האַָבן ריזיקירט מיטן לעבן, כּדי צו ראַַטעווען ייִדן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער דענקמאַָל וועט אויסזען ווי אַ ווײַסע סטענגע. פֿאַַר וואַָס אַ סטענגע? ווײַל אַ סטענגע איז אַ סימבאַָל פֿון בונד. זי סימבאַָליזירט די העלדישע פֿאַרבינדונג צווישן די רעטער און די געראַַטעוועטע. אויף דער סטענגע וועט מען קענען לייענען די נעמען פֿון די פּּוילישע רעטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.