די דיכטערין גלי־דנה זינגער פֿאַרנעמט אַ ספּעציעל אָרט אין דער ישׂראלדיקער ליטעראַטור. זי שרײַבט לידער אױף צװײ שפּראַכן, רוסיש און עּבֿרית. צוזאַמען מיט איר מאַן, נקוד זינגער, לאָזן זיי אַרױס אַ צװײשפּראַכיקן ליטעראַרישן זשורנאַל „נקודותּיים‟ („טאָפּלפּונקט‟) פֿון אַן אױסגעשפּראָכענער מאָדערניסטישער ריכטונג. זי גיט זיך אָפּ אױך מיט איבערזעצונגען פֿון בײדע שפּראַכן, און דערבײַ איז איר אָריגינעלע שאַפֿונג סײַ אױף רוסיש און סײַ אױף עבֿרית טיף אײַנגעװאָרצלט אין די געהעריקע ליטעראַרישע טראַדיציעס.
עס איז מערקװירדיק, אַז גלי־דנה זינגערס נײַ רוסיש זאַמלבוך „די פּונקטן פֿון צונױפֿקומען, דער פּונקט פֿון פֿאַרשװינדן‟, װאָס איז אַרױס אין מאָסקװע אין דער בכּבֿודיקער סעריע „נײַע פּאָעזיע‟ פֿונעם פֿאַרלאַג „נײַע ליטעראַרישע רעװיו‟, האָט ניט קײן שפּורן פֿון איר העברעיִשער דיכטערישער פּערזאָן. דאָס בוך איז דורכױס רוסיש, סײַ אין די טעמעס, סײַ אינעם סטיל, און סײַ אין דער שטימונג. די דיכטערין קערט זיך צו מאָמענטן פֿון איר קינדהײט, װאָס האָבן צוגעטראָגן עפּעס װיכטיקס צו דער אױסשטאַלטונג פֿון איר פּערזענלעכן און דיכטערישן „איך‟. דאָס רובֿ פֿון די דאָזיקע לידער װאַקסן פֿון איר עסטעטישער דערפֿאַרונג, װאָס קומט פֿון ביכער אָדער בילדער.
גלי־דנה זינגערס דיכטונג איז טיף ליריש און פּערזענלעך. דערבײַ אָבער שילדערן אײניקע לידער אירע אַ „טיפּישן‟ פּאָרטרעט פֿון אַ ייִדיש מײדל, װאָס איז אױפֿגעװאַקסן אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.
דאָס ליד „אױסערשול־לײענען‟ איז אַ מין קאָמענטירטע רשימה פֿון ביכער, װאָס הײבט זיך אָן מיט סטענדאַלס „װעגן ליבע‟, גײט אַריבער צו דעם אױטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן „דער װעג גײט אַװעק אין דער װײַט‟ פֿון אַלכּסנדרע ברושטײן, און ענדיקט זיך מיט שלום־עליכמס „מאָטל פּײסי דעם חזנס‟, און „טבֿיה דער מילכיקער‟. צום סוף, קומט דאָס שליסלװאָרט פֿונעם ליד: „שלימזל‟. דאָס ליד איז אַ צימצום פֿון אַ קאָלעקטיװן פּאָרטרעט פֿונעם לעצטן דור סאָװעטיש־ייִדישער אינטעליגענץ. שלום־עליכם און ברושטײן (די טאָכטער פֿונעם באַרימטן װילנער דאָקטער און כּלל־טוער יעקבֿ װיגאָדזקי) זײַנען געװען די װיכטיקסטע מקורים, פֿון װעלכע די אַסימילירטע גרױס־שטאָטישע ייִדישע קינדער האָבן געשעפּט זײערע קענטענישן װעגן דער ייִדישער געשיכטע און קולטור.
דער אימאַזש פֿון „פּונקט‟ איז אַ שליסל צו זינגערס דיכטערישער װעלט. דאָס איז אי אַ טרעפֿפּונקט צװישן דער דיכטערין און דער אַרומיקער װעלט, אי אַן אױסגאַנג־פּונק פֿאַר דער שאַפֿערישער דערקענטשאַפֿט פֿון זיך און דער װעלט, אי דער מיסטישער צימצום, דאָס „פּינטעלע־ייִד‟. די אײנצלנע פּונקטן פֿורעמען אױס אַ פּונקטיר־ליניע, װאָס ציט זיך דורך אײן שורה צו דער אַנדערער און פֿאַרקניפּט זײ אַלע אין אײן ליד. צומאָל קערט זיך די דיכטערין צוריק צו אײניקע פּונקטן, װי עס קומט ניט זעלטן פֿאָר אינעם מענטשלעכן זכּרון. בײַ איר איז דיכטונג אַ מין רעדאַקטור, װאָס באַשטײט פֿון אַװעקשטעלן פּונקטואַציע־צײכנס צװישן װערטער און שורות. די דאָזיקע פּונקטן, קאָמעס, טאָפּלפּונקטן, פּינטל-קאָמעס, האַלטן אונטער דעם סדר פֿון דער פּאָעטישער װעלט.
די פּונקטואַציע דינט אױך װי אַ מיטל פֿאַרן פּאָעטישן אַנאַליז פֿון דער רעאַלער דערפֿאַרונג. דאָס שליחות פֿונעם דיכטער איז צו „רעדאַגירן די װעלט, צו קאָרעגירן די פּונקטואַציע, אַװעקצושטעלן אַלע פּינטלען אינבער i‟. אין אונטערשיד צו סימבאָליסטן האָט גלי־דנה זינגער ניט קײן אַמביציע צו „איבערמאַכן די װעלט‟ דורך איר שעפֿערישן װאָרט. זי האָט אַ באַשײדענעם קוק אױף איר ראָלע װי אַ דיכטער: „קײנער דאַרף ניט װיסן / װי עס גײט אים / און פֿון װאַנען קאָן ער / דאָס װיסן?‟. אײן קאַפּיטל פֿונעם זאַמלבוך טראָגט דעם טיטל „די דערפֿאַרונג פֿון פּונקטירער זעלבסט־באַזײַטיקונג‟. די דאָזיקע לידער באַהאַנדלען די ספּעציעלע איבערגאַנג־פּונקטן צװישן װאָר און חלום, פֿאָרעם און כאַאָס, „יש‟ און „אין‟. זינגערס לידער זײַנען אײנצלנע עלעמענטן פֿון אַ גרעסערער קאָנסטרוקציע, װאָס װאַקסט בהדרגה אויס אין אַ גאַנצן מעטאַפֿיזישן בנין. די לידער זײַנען שאַרפֿזיניק, קרישטאָל־קלאָר, און דראַמאַטיש־געשפּאַנט.
דער לעצטער טײל פֿונעם בוך באַשטײט פֿון אַזױ־גערופֿענע „דיִאַפֿילמען‟ — אַזוי רופֿט זי די פֿאָטאָגראַפֿישע סעריע מיט אונטערשריפֿטן. דאָ אַנטפּלעקט זיך דער מעטאַפֿיזישער מהות פֿון זינגערס פּאָעזיע נאָך בולטער. אױף די אַלטע שװאַרץ־װײַסע פֿאָטאָגראַפֿישע בילדער קומען אַרויס מענטשלעכע געשטאַלטן. צומאָל קלאָרע, צומאָל פֿאַרנעפּלטע פֿרױען, מענער, קינדער, וואָס דערמאָנען אַ װעלט, װעלכע איז מער ניטאָ. מיר װײסן גאָר ניט װעגן דעם אָרט און דער צײַט פֿון די דאָזיקע בילדער. „פֿרעמדע מענטשן מיט און אָן נעמען רוקן זיך פֿאָרױס, אומגלײַכמאָסיק, באַװעגן זיך אין באַװוּסטזײַן, זוכן די אײגענע‟ — זאָגט דער אױפֿשריפֿט צו דעם בילד, װאָס עפֿנט די סעריע.
אַזױ אַרום זוכט אױך די דיכטערין גלי־דנה זינגער אירע װײַטע „אײגענע‟ אין די אַמאָליקע און איצטיקע צײַטן. געבױרן און אױפֿגעװאַקסן אין לענינגראַד, װױנט זי זינט 1988 אין ירושלים. זי פֿילט זיך הײמיש אין רוסיש, ענגליש און העברעיִש, אָבער תּמיד בלײַבט זי בכּיװן אױפֿן ראַנד װי אַ זײַטיקער אָבסערװאַטאָר. דװקא דערפֿאַר אַנטפּלעקט איר שאַרפֿער דיכטערישער קוק די נײַע זײַטן פֿון דער װירקלעכקײט — סײַ דעם דרױסנדיקן און סײַ דעם אינעװײניקסטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.