בײַם אָנהייב פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, האָט מען אינעם לאָנדאָנער „איסט ענד‟, דעם מיזרחדיקן ראַיאָן פֿון דער שטאָט, געהאַנגען פּלאַקאַטן אויף ייִדיש, וואָס האָבן גערופֿן די ייִדישע יונגע־לײַט „צו קעמפֿן פֿאַר זייער לאַנד‟. די מחברים האָבן באַטאָנט, אַז טויזנטער ענגלישע ייִדן מוזן אַרויסווײַזן זייער דאַנקבאַרקייט פֿאַר זייער פֿרײַען לעבן אינעם לאַנד. אַ מוסטער פֿון אַזעלכע פּלאַקאַטן איז איינער פֿון די עקספּאָנאַטן אין דער נײַער אויסשטעלונג מיטן נאָמען „פֿאַרן קיניג און פֿאַר דער מלוכה?‟ („For King and Country‟), וואָס האָט זיך איצט געעפֿנט אינעם לאָנדאָנער ייִדישן מוזיי, מיט דער הילף פֿונעם „ייִדישן מיליטערישן מוזיי‟.
די עקספּאָזיציע באַקענט מיטן לעבן פֿון די ייִדישע סאָלדאַטן, וועלכע האָבן געדינט אויפֿן בריטישן צד בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה. די בריוו, פּאָסט־קאַרטלעך, אוניפֿאָרמען און אַנדערע מיליטערישע סימבאָלן, פֿאָטאָגראַפֿיעס און ווידעאָ־דערציילונגען העלפֿן די באַזוכער פֿונעם מוזיי זיך פֿאָרצושטעלן, ווי אַזוי אַ ייִדישער סאָלדאַט וואָלט זיך געפֿילט אין יענער שטורמישער תּקופֿה.
ראָז קוריע, דער קוראַטאָר פֿון דער אויסשטעלונג, האָט געזאָגט, אַז די אויסשטעלונג איז „אַ וווּנדערלעכע געלעגנהייט‟ אויסצוגעפֿינען אַ סך פֿאַקטן נישט בלויז וועגן דער מלחמה, נאָר וועגן דעם אַלגעמיינעם מצבֿ פֿון בריטישע ייִדן אין יענער תּקופֿה. למשל, מע קאָן בעסער פֿאַרשטיין דעם חילוק צווישן דער אַלט־געזעסענער אָרטיקער ייִדישער קהילה, וואָס האָט אַרויסגעוויזן אַ פּאַטריאָטיזם צו זייער לאַנד, און די נײַע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע, וועלכע זענען אַנטלאָפֿן פֿון די פּאָגראָמען און האָבן נישט געוואָלט אָנטיילנעמען אין די מיליטערישע אַקציעס פֿון אַ פֿרעמד לאַנד.
אינעם יאָר 1915, האָט מען אין ענגלאַנד געשאַפֿן אַ ספּעציעלן מיליטערישן אָפּטייל פֿאַר די ייִדישע אימיגראַנטן פֿון רוסלאַנד. דער ערשטער באַטאַליאָן פֿונעם דאָזיקן אָפּטייל איז באַשטאַנען, אין אַ גרויסער מאָס, פֿון שנײַדער. עס האָט זיך אָפּגעהיט אַן אַלטער פֿילם, וואָס ווײַזט, ווי דער „שנײַדער־באַטאַליאָן‟ האָט מאַרשירט אויף די גאַסן פֿון לאָנדאָן אין 1918, זיך טרעפֿנדיק מיט דער פּאָליטישער און מיליטערישער עליטע פֿונעם לאַנד.
אַ צאָל ייִדישע סאָלדאַטן האָבן געשאַפֿן לידער און אַנדערע קונסט־ווערק וועגן זייער מיליטער־דינסט — אַזוי ווי, צום בײַשפּיל, יצחק ראָזענבערג, וועלכער פֿלעגט לייענען שעקספּירס פּאָעזיע, ליגנדיק אין אַ טראַנשיי. אין 1918 איז ער אומגעקומען בעת אַ שלאַכט. די באַזוכער פֿונעם מוזיי קאָנען אָפּשאַצן די פֿראַגמענטן פֿון זײַנע ווערק.
די געשיכטע פֿון פֿלאָרענס אָפּענהײַמער, אַ מיליטערישע קראַנקן־שוועסטער, ווײַזט, אַז ייִדישע פֿרויען האָבן אויך געשפּילט אַ ראָלע אין דער בריטישער אַרמיי בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה. איר טאָגבוך איז צום ערשטן מאָל אויסגעשטעלט געוואָרן, באַגלייט מיט זעלטענע פֿאָטאָגראַפֿיעס, אין אַן אינטעראַקטיווער קאָמפּיוטער־פֿאָרעם. דאָס איז איינער פֿון די בעסטע עקספּאָנאַנטן אין דער הײַנטיקער אויסשטעלונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.