פֿון 1963 ביז 1976 האָט דער ניו־יאָרקער „ייִוואָ‟ אָנגעפֿירט מיט אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם, וועלכע מע האָט טראַנסמיטירט אויף דער ראַדיאָ־סטאַנציע WEVD. דער קלאַנג־אַרכיוויסט בײַם „ייִוואָ‟, לאָרין סקלאַמבערג, צוזאַמען מיטן קלאַנג־אַרכיוו קאָנסולטאַנט מאַט טעמקין, האַלטן איצט אין דיגיטאַליזירן די אַלע עפּיזאָדן פֿונעם פּראָגראַם און זיי פֿאַרשפּרייטן אויפֿן וועבזײַטל פֿונעם „ייִוואָ‟.
אַלע צוויי וואָכן פֿאַרעפֿנטלעכט דער „ייִוואָ‟ אַ נײַעם עפּיזאָד אין דער סעריע לויטן סדר, אין וועלכן מע האָט זיי לכתּחילה געהערט. דער „ייִוואָ‟ האָט שוין דיגיטאַליזירט 11 עפּיזאָדן פֿון דער סעריע. צווישן די שוין פֿאַרעפֿנטלעכטע עפּיזאָדן געפֿינט מען אינטערוויוען מיט אַזעלכע באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן ווי די לינגוויסטן מאַקס ווײַנרײַך, יודל מאַרק און מרדכי שעכטער, דעם היסטאָריקער שלמה נאָבל און דער ביבליאָטעקערין דינה אַבראַמאָוויטש. דער אָנפֿירער פֿון דער פּראָגראַם איז געווען דער אַקטיאָר שעפֿטל זאַק. מע קען זיך צוהערן צו די אַלע עפּיזאָדן אויפֿן וועבזײַטל פֿונעם „ייִוואָ‟ בײַם אַדרעס: //www.yivo.org/blog/index.php/category/yivo-archives/yivo-sound-archives-yivo-archives/yivo-on-wevd-historic-radio-programs/
דינסטיק, דעם ערשטן אַפּריל, 7:30 אין אָוונט, וועט אינאַ באַרמאַש אויפֿטרעטן מיט אַ ציקל ייִדישע ליבע־ און וויג־לידער ווי אַ טייל פֿון דער ניו־יאָריקער קלעזמער־סעריע בײַ דער „פֿרײַער סינאַגאָגע אויפֿן נאָמען פֿון סטיוון ווײַס‟, (Stephen Wise Free Synagogue) אויף 30 וועסט 68סטע גאַס. אויפֿן קאָנצערט וועט מען אויך ווײַזן בילדער פֿון דער קינסטלערין אירינאַ שיינפֿעלד, וועלכע זענען אינספּירירט פֿון באַרמאַשס לידער־ציקלען. די דאָזיקע לידער האָט מען אַרויסגעגעבן אויף אַ קאָמפּאַקטל, וואָס די זינגערין האָט געמאַכט מיט די מוזיקער דמיטרי „זיסל‟ סלעפּאָוויטש, שאָקאָ נאַגײַ, דמיטרי אישענקאָ און מיט איר מאַן, לעוו זשורבין.
נאָך מער אינפֿאָרמאַציע באַזוכט //www.nyklezmer.com
דער יערלעכער קולטורעלער סדר בײַם „קלוב פֿון ייִדישע אַרטיסטן און פֿרײַנד‟ וועט פֿאָרקומען דינסטיק, דעם 8טן אַפּריל, 6:30 אין אָוונט בײַ דער „סאָטאָן פּלייס‟ סינאַגאָגע אין מאַנהעטן (225 איסט 51סטע גאַס). דער חזן מאַרטין (משה) בער וועט אָנפֿירן מיטן סדר. עס וועלן זיך אויך באַטייליקן ספּעציעלע געסט. אַ גלאַט־כּשר־לפּסח מאָלצײַט וועט סערווירט ווערן.
יעדער וואָס וויל קומען אויפֿן סדר, מוז זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער. כּדי צו רעזערווירן אַן אָרט, פֿאַרבינדט זיך מיט רות האַריס בײַ 1678־569־516 אָדער yafac18@aol.com.
עס זענען הײַנט בנימצא צענדליקער איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אויף רוסיש פֿונעם „קניזשניקי‟־פֿאַרלאַג אין מאָסקווע. צווישן די ביכער, וועלכע ווערן פֿאַרקויפֿט דורכן פֿאַרלאַג, זענען ווערק פֿון יוסף אָפּאַטאָשו, חיים גראַדע, ישׂראל ישועה זינגער, שלום־עליכם, יצחק באַשעוויס־זינגער, דוד בערגעלסאָן, ישׂראל ראַבאָן, זלמן שניאר, שלום אַש, משה קולבאַק און דער נסתּר. אויך אַרויסגעגעבן דורכן „קניזשניקי‟־פֿאַרלאַג זענען קינדער־לידער פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי און איציק קיפּניס, און מעשׂיות פֿאַר קינדער פֿון שלום־עליכם און יצחק באַשעוויס־זינגער. נאָך מער אינפֿאָרמאַציע באַזוכט //knizhniki.ru/en/ אָדער קלינגט 98־22־663־495־7+.
דער „ייִוואָ‟ אין ניו־יאָרק האָט לעצטנס אַנאָנסירט די נעמען פֿון די, וועלכע וועלן באַקומען די פּרעסטיזשפֿולע סטיפּענדיעס פֿונעם „צענטער אויפֿן נאָמען פֿון מאַקס ווײַנרײַך‟ בײַם „ייִוואָ‟ פֿאַרן יאָר 2014—2015. די חבֿרה געלערנטע איז באַשטאַנען פֿון:
ד׳׳ר מרים טרין (העברעיִשער אוניווערסיטעט) וועט באַקומען די סטיפּענדיע אין מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע שטודיעס, און וועט פֿאָרשן די טעמע „חיים גראַדע, אַבֿרהם סוצקעווער און זייער ליטעראַרישער ענטפֿער אויפֿן חורבן‟. ד׳׳ר טרין וועט אויך לערנען ייִדיש מיט מיטנדיקע און אַוואַנסירטע סטודענטן אויף דער הײַיאָריקער „ייִוואָ‟־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך און קולטור.
אַקווילע גריגאָראַוויטשיוטע (דער סאָרבאָן, פּאַריז) וועט באַקומען די סטיפּענדיע אין באַלטישע ייִדישע שטודיעס, און וועט פֿאָרשן די טעמע „וויזיעס פֿון דער ווײַטנס: די אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין ליטע און לעטלאַנד 1918—1940‟.
חנה ראָזענפֿעלד וועט באַקומען די סטיפּענדיע אין פּוילישע ייִדישע שטודיעס. זי וועט פֿאָרשן די טעמע „ראַדיאָ־טראַנסמיסיעס אויף ייִדיש אין פּוילן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה‟.
שואַל זאַריט (ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר) וועט באַקומען די סטיפּענדיע אין מיזרח־אייראָפּעיִשע ליטעראַטור. ער וועט פֿאָרשן ווי אַזוי ייִדישע שרײַבער זענען געבליבן געטרײַ סײַ דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום און סײַ די פֿאָדערונגען פֿון דער מאָדערנער וועלט־ליטעראַטור.
עלינאָר ביזאַנסקי (שול פֿאַר אַוואַנסירטע שטודיעס אין דער סאָציאַלער וויסנשאַפֿט, פּאַריז): וועט באַקומען די סטיפּענדיע אין מיזרח־אייראָפּעיִשער מוזיק, טעאַטער און קונסט. זי וועט פֿאָרשן די נײַע ייִדישע מוזיק און די אידענטיטעט פֿון די הײַנטיקע כּלי־זמרים.
לייזער בורקאָ (ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר) וועט באַקומען די סטיפּענדיע אין אַמעריקאַנער ייִדישע שטודיעס. ער וועט פֿאָרשן אויף דער טעמע „דאָס ראַטעווען ייִדיש: ייִדישע שטודיעס און די שפּראַך־וויסנשאַפֿט אין אַמעריקע 1940—1970‟.
ד׳׳ר זהר ווײַמאַן־קעלמאַן וועט באַקומען די סטיפּענדיע אויפֿן נאָמען פֿון דינה אַבראַמאָוויטש פֿאַר פֿאָרשער, וועלכע הייבן אָן זייערע קאַריערעס. ד׳׳ר ווײַמאַן־קעלמאַן וועט פֿאָרשן טערמינען אויף ייִדיש, וואָס האָבן צו טאָן מיט סעקס און ליבע, און ווי אַזוי זיי ווערן אָפּגעשפּיגלט אינעם אַרכיוו פֿון ד׳׳ר מרדכי שעכטער און אין די ווערק פֿון ד׳׳ר מאַקס ווײַנרײַך.
ד׳׳ר צירל קוזניץ (באַרד קאָלעדזש): אַרבעטער־רינג/ ד׳׳ר עמנואל פּאַט גאַסט־פּראָפֿעסאָרשע אין מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע שטודיעס. זי וועט מאַכן אַ פֿאָרש־אַרבעט וועגן דער ייִדישער אַרכיטעקטור, און ווי אַזוי זי איז געוואָרן אַ טייל פֿונעם גלות־נאַציאָנאַליזם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.