כ’ווייס נישט צו וויפֿל פֿון אײַך איז דערגאַנגען די בשׂורה אַז אַ דרינגענדיקע אַפּעלאַציע איז אַרויסגעשיקט געוואָרן צו אַלע ייִדן איבער דער גאָרער וועלט צו ראַטעווען די ניו־יאָרקער ייִדישע צײַטונג, דעם „פֿאָרווערטס‟, וואָס עקזיסטירט שוין כמעט הונדערט יאָר, איר צו לענגערע יאָר.
די חבֿרה ייִדישע קלאָג־מוטערס איבער די אַרבע פּינות העולם, וואָס האָבן טענות וואָס דאָס ייִדישע לשון זשיפּעט נאָך, פֿאַרקערט, הייבן נישט אָן צו וויסן אַז אַרום צען ייִדישע ביכער און זשורנאַלן ווערן אַרויסגעגעבן אַ יעדעס יאָר, צענדליקער ייִדישע דאָקטאָראַטן ווערן געגרייט פֿון סטודענטן איבער דער וועלט, אַ סך פֿון זיי טאַקע אויף דער טעמע, „ייִדיש שטאַרבט‟, אָדער זי „האַלט בײַם שטאַרבן‟, אָדער „האָט דער מלאך המות נישט קיין שליטה איבער מאַמע־לשון?‟ זעט אויס אַז ניין.
דאָס זעלביקע איז צו הערן יעדעס מאָל ווען אַ ייִדישע פּיעסע ווערט געשפּילט אין אַמעריקע, קאַנאַדע אָדער ישראל, ווו די רעצענזענטן הייבן זיך אָן צו באַקלאָגן: „וואָס טוט זיך דאָ? מיר זײַנען שוין יאָרן אונטערן אײַנדרוק, אַז ייִדיש איז שוין אַ בר־מינן, עס האָט שוין לאַנג אויסגעהויכט די נשמה און דאָ אין מיצקע דערינען נײַע „יאַם טשירי־בים־באַם…‟
גיי באָרע זיך מיט די פּאַסקודניאַקעס, גיי דערלאַנג זיי מיטן שטעקן איבער די פֿאַרשטאָפּטע קעפּ. צי דאָס זײַנען אונדזערע אייגענע אַבֿרהם אבֿינוס אייניקלעך, צי עשׂוס נאָכוווּקס, אַלץ איינס, געהערט אַ גלימל, אַ טרעוואָגע, וועמען גייט עס אָן, זיי קענען אַ פּאָר ייִדישע ווערטער — גענוג! דער עיקר מ’וויצלט זיך שוין אויפֿן חשבון פֿון מאַמע־לשון. נעמט זיך אין זינען אַ קאָמעדיאַנט וואָס פֿון זײַן מויל שיטן זיך ייִדישע ווערטער ווי קאָזע־באָבקע און אַלע לאַכן
יעדעס מאָל וואָס איך לייען אָדער הער די אַנאַלפֿאַבעטן אויסדריקן אַ מיינונג וועגן אַן אייגענער שפּראַך וואָס קלעפּט זיך בײַ זיי ווי אַן אַרבעס צו דער וואַנט, אַ לשון וואָס דער עיקר די אַמעריקאַנער ייִדן הייבן נישט אָן צו וויסן מיט וואָס מ’עסט עס, פֿון וואַנען זי שטאַמט, וווּ ליגט איר ייִחוס, איר קולטור, און דער עיקר וויפֿל ייִדן האָבן די שפּראַך גערעדט פֿאַרן חורבן און וויפֿל רעדן זי הײַנט. איך קען בשום־אופֿן נישט פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס ייִדן ווילן זיך באַווײַזן מיט זייער עם־הארצות ווען עס קומט צו ייִדיש, פֿאַר וועמען גרויסן זיי זיך מיטן אויסליפֿערן די גרויסע נײַעס אַז ייִדיש איז שוין נישטאָ, אַוועק וווּ דער ליבער שבת גייט אַוועק.
אַנומלטן טרעף איך אַ פּאָרל אין די זיבעציקער, ער גרויסט אַז ער איז אַ ייִדישער לערער אין איינעם פֿון די ייִדישע קאָמונאַלע צענטערס. בעט איך אים ער זאָל מיר דערלויבן צו באַזוכן זײַן קלאַס. מיט גרויס פֿאַרגעניגן האָט ער אָנגענומען מײַן פֿאַרלאַנג.
קום איך אַרײַן אין זײַן קלאַס, טרעף איך זיך אָן אין אַ צוואַנציק עלטערע ייִדן און ייִדענעס, וועלכע דריפּטשקען ייִדיש. דער לערער איז לעבעדיק און לוסטיק, באַווײַזט זיך מיט זײַן קענטשאַפֿט. ער לאָזט וויסן דעם קלאַס אויף אַ צעקאַליעטש לשון געמישט מיט ענגליש, אַז ייִדיש איז אַרום טויזנט יאָר אַלט, געבוירן געוואָרן אין שפּאַניע אין 1492, ווען מען האָט די ייִדן משלח געווען, געברענט און געבראָטן, ערשט דעמאָלט האָבן זיי געמאַכט אַ פּליטה קיין רוסלאַנד. ער זאָגט: „איך ווייס, ווײַל מיר האָבן אויף ייִדיש אַזאַ וואָרט ווי “ספּודניצע,” און דאָס קומט פֿון רוסיש, און “ביטע” קומט פֿון דײַטשיש, און טשאַטשקע פֿון פּויליש.‟
זײַן פֿרוי, וועלכע האַלט אַן אויג אויף אים און קען אַ טראָפּעלע מער ייִדיש ווי ער האַקט אים איבער: „רעד מער ענגליש, דער עולם זאָל פֿאַרשטיין.‟
זיץ איך דאָך שוין אויף שפּילקעס, און האַק אים איבער: „זײַט מוחל, נאָר אין שפּאַניע האָבן ייִדן גערעדט לאַדינאָ.‟ מיינט איר דאָך אַז ער נעמט זיך איבער, אַ נעכטיקער יום־טוב. האַק איך אים ווידער איבער: „איך וויל אײַך אַלע פֿרעגן אַ פֿראַגע,‟ ווענד איך זיך צום קלאַס. „האָט איר אַמאָל אָפּגעשטעלט אַן עכטן אַמעריקאַנער און מיט אים פֿאַרפֿירט אַ שמועס אויף ענגליש?‟ „דאָס איז אַ נאַרישע פֿראַגע,‟ טענהט דער עולם. „וועל איך אײַך באַווײַזן ווי נאַריש עס איז. לאָמיר נעמען אין זינען אַזאַ ענגלישן שמועס מיטן עכטן אַמעריקאַנער ווי: Pardon me Sir, did you drink coffee for breakfast? איז אַזוי: „פּאַרדן,‟ האָט מען געבאָרגט פֿון אַלט־פֿראַנצייזיש וואָס זי האָט געצויגן אירע וואָרצלען פֿון פֿראַנצייזיש און לאַטיין, „פֿאַרדאָנייר,‟ צו געבן מיטן גאַנצן האַרצן.
„סער‟ איז אַ וואַריאַנט פֿון סײַער, געבאָרגט פֿון פֿראַנצייזיש וואָס האָט עס גענאָסן פֿון לאַטיין „סעניאָר‟, געמיינט צו זאָגן אַ טאַטע אָדער אַ פֿאָטער פֿון פֿערד, דער עיקר פֿערד.
„דרינק‟ — אַלט ענגליש דרינקאַן, אַלט אַנגלאָ־סאַקסאָן, מיטל־האָלענדיש, דײַטש „טרינקאַן‟.
„קאָפֿי, געבאָרגט פֿון טערקיש קאַהווע, וואָס איז געקומען דירעקט פֿון אַראַבישן קואַוואַ.‟
„ברעקפֿעסט, ברעקפֿאַסטע, ברעפֿאַסט. פֿאראַן מקורות וואָס פֿאַרבינדן דאָס מיט פֿראַנצייזישן „דעזשענוע‟, וואָס לאָזט זיך איבערזעצן אויף „ברייקינג פֿעסט‟.
און דאָ קום איך צום טאָלק, וואָלט איר אַמאָל אָפּגעשטעלט אַ מענטשן און אויף יעדן צווייטן וואָרט אים דערקלערט פֿון וואַנען דאָס וואָרט שטאַמט? זיכער נישט. אָבער בײַ אונדז ייִדן האָט זיך אַנטוויקלט אַזאַ ביטערע טבֿע אָפּצושטעלן אַ מענטשן אין מיטן די רייד און אויפֿווײַזן פֿון וואַנען דאָס וואָרט שטאַמט, צי מ’ווייסט צי מ’ווייסט נישט.
דער עיקר האָט עס צו טאָן מיט מענטשן וואָס האָבן נישט שטודירט אָדער געלערנט לינגוויסטיק, דעם אָפּשטאַם פֿון ווערטער, אָדער אפֿילו נישט געלייענט די ייִדישע ליטעראַטור. אָבער דאָס איבערײַסן יענעם די רייד אין מיטן זאַץ און זיך באַווײַזן „דאָס איז אַ ׳היברו׳ וואָרט, דאָס איז אַ ׳פּויליש׳ וואָרט, דאָס איז אַ ׳רוסיש׳ וואָרט.‟
דער זעלבער לערער גרויסט זיך אַז ער קען זעקס שפּראַכן. האָב איך זיך דערמאָנט אין מײַן מאַמען וואָס האָט זיך געגרויסט, אַז זי קען פֿינף שפּראַכן „פּויפֿעקט‟, ייִדיש, דזשוימען, ראָשן, פאָלניש און היברו. פֿאַרשטייט זיך, ווען עמעצער באַרימט זיך מיט די אַלע שפּראַכן ווייס איך שוין אַז יענער קען אַ פֿײַג.
אָטאָ דאָ האַלטן מיר, בכלל גייען אַלע שפּראַכן אונטער מיטן מאָמענט ווען די טעכנישע מאַכערײַקעס זײַנען אויפֿגעקומען. ווערטער ווי “מעסעדזשינג” און “טוויטער,” “אײַ־פּאַד” און “קינדל,” איז די לעצטע שפּראַך וואָס הרגעט אַוועק יעדן ניואַנס פֿון אַ ליטעראַריש לשון אין וועלכער שפּראַך איר ווילט אָנכאַפּן. נישטאָ מער דער מאָמענט פֿון גרויס הנאה פֿון האַלטן אַ בוך אין האַנט, אײַנזאַפּן אין זיך דאָס לשון פֿון אַ מײַסטער שרײַבער, די גליקלעכע אָדער אומגליקלעכע מאָמענטן ווען מיר ענדיקן לייענען זייערע מוסטערווערק. איך פֿלעג אפֿילו באַדויערן ווען איך בין געקומען צום סוף פֿון אַ נאָוועלע אָדער אַ דערציילונג.
הייסט עס אַז ס’איז אויפֿגעקומען אַ נײַע מגפֿה אויף אונדזערע וועלט־שפּראַכן וואָס מיר גיבן זיך איר אונטער באהבֿה, איידער מיר און די קומענדיקע דורות באַגרײַפֿן ווי מיר ווערן דאָ באַרויבט און באַראַבעוועט פֿון אונדזער אינטעלעקטועלער אַנטוויקלונג, דער עיקר מענטשלעכקייט, עטיק, מאָראַל, אידעאַלן, שוין אָפּגערעדט פֿונעם פֿאַקט, אַז אונדזערע קומענדיקע דורות ווערן פֿאַרגרעבט און פֿאַרטשאַדעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.