די געשעעניש, וואָס איז די וואָך צום מערסטן אַרומגערעדט אויף דער ייִדישער גאַס אין מאָסקווע, איז דער שטרײַק פֿונעם ישׂראדליקן אויסערן־מיניסטעריום. דער שטרײַק גייט שוין אָן אַן ערך אַ יאָר, מיט איבעררײַסן. צוליב דער סיבה האָט זיך אויך אָפּגעשטעלט די אַרבעט, וואָס האָט אַ שײַכות צו די ייִדן, וואָס ווילן עולה זײַן. אַנומלט, צוליב דעם פּאָליטישן מצבֿ, האָט זיך די עליה פֿון רוסלאַנד זייער פֿאַרשטאַרקט. כּמעט אַלע טאָג קומען אָן אין פֿליפֿעלד בן־גוריון 4 עראָפּלאַנען מיט עמיגראַנטן פֿון רוסלאַנד.
דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש האָבן זיך געוואָנדן אין דער ישׂראל־אַמבאַסאַדע צום מערסטן מענטשן, ווי אין די לעצטע יאָרן, אָבער פּונקט איצט האָבן די דיפּלאָמאַטן דערקלערט דעם שטרײַק. פֿאַר די וואָס האָבן אײַנגעגעבן די פּאַפּירן אין יאַנואַר, באַשטימט מען אַן אינטערוויו ערשט אין יולי. אַזוי זענען אין רוסלאַנד שטעקן געבליבן עטלעכע טויזנטער ייִדן. אַ גרופּע אַקטיוויסטן האָט זיך געוואָנדן צו די ישׂראלדיקע אינסטאַנצן — מיניסטעריום פֿון אַבסאָרבציע, אויסערן־מיניסטעריום און קאָמיסיע פֿון כּנסת — אָבער קיין ניצלעכע עצות האָט מען נאָך ביז איצט ניט באַקומען. ווי אַזוי ס‘וועט זיך די לאַגע אַנטוויקלען, וועט ווײַזן די צײַט.
דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט זונטיק דורכגעפֿירט אַן אונטערנעמונג, צוזאַמען מיט דעם נײַעם ייִדישן מוזיי אין מאָסקווע. לאָמיך נאָר דערמאָנען, אַז דער ייִדישער מוזיי האָט אָרגאַניזירט אַן אויסשטעלונג אונטערן נאָמען „ענדי וואָרהאָל: 10 באַרימטע ייִדן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.‟ דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק האָט „אשכּולות‟ אָרגאַניזירט אַן אָוונט אויף דער טעמע „קאָנעקטינג פּיפּל‟ — עס האָבן געהאַלטן רעפֿעראַטן עטלעכע מענטשן, און יעדער איינער האָט געדאַרפֿט פֿאַרבינדן לכּל הפּחות צוויי פֿון די מענטשן אויף די פּאָרטרעטן, אַרויסגעשטעלט אויף דער אויסשטעלונג. דער פֿילאָסאָף אורי הערשאָוויטש האָט פֿאַרגליכן בובערס און פֿרוידס פֿילאָסאָפֿיע, דער ליטעראַטור־קריטיקער סטאַניסלאַוו לוואָווסקי האָט דערציילט אַ לאַנגע דעטעקטיווע מעשׂה, וואָס איר אָנהייב איז געווען אַ שורה פֿון גערטרוד סטײַנס ליד A rose is a rose is a rose
און דער סוף איז — אַ טעראָריסטישע אַטאַקע אין פּרעטאָריע, ווען ס’האָט זיך אויפֿגעריסן אַן אויטאָ לעבן אַ באַנק, וואָס איר מאָטאָ איז געווען
A bank is a bank is a bank is a bank.
מ‘האָט אויך דערציילט וועגן שׂרה בערנאַר און איר פֿאַרבינדונג מיט פֿרויד און פֿרוידיזם; פֿון קאַפֿקאַ און בובער און זייערע באַציִונגען מיט די דײַטשע ציוניסטן צווישן די צוויי וועלט־מלחמות. דער דירעקטאָר פֿון „אשכּולות‟, סעמיאָן פּאַריזשסקי, האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן ד״ר ליבמאַן — אַ דאָקטער, וואָס האָט געאַרבעט אין מאַנהעטן אין מיט־20סטן יאָרהונדערט. ער איז געווען אַן אויסערגעוויינטלעכער דיאַגנאָסט, און האָט זיך זייער מאָדנע אויפֿגעפֿירט מיט זײַנע פּאַציענטן — אַן ערך ווי דער העלד פֿון דער קינאָ־סעריע „דאָקטער האַוס‟. דאָס רובֿ העלדן פֿון דער אויסשטעלונג זענען אין פֿאַרשיידענע יאָרן געווען זײַנע פּאַציענטן.
דינסטיק דעם 24סטן מערץ איז פֿאָרגעקומען אַן עפֿענונג פֿון אַ בילדער־אויסשטעלונג “אומפֿאַרגעסענע גורלות פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט”. די אויסשטעלונג האָט אָרגאַניזירט די אונגאַרישע אַמבאַסאַדע אין רוסלאַנד לזכר די קרבנות פֿון חורבן. גענוי מיט 70 יאָר צוריק, סוף מערץ 1944, איז די דײַטשע אַרמיי אַרײַן אין אונגאַריע, און עס האָבן זיך אָנגעהויבן דעפּאָרטאַציעס פֿון די אונגאַרישע ייִדן. די דאָזיקע אויסשטעלונג, ווי אויך וואָרהאָלס אויסשטעלונג, באַשטייט פֿון פּאָרטרעטן און ביאָגראַפֿישע מאַטעריאַלן. מע דערציילט וועגן 20 באַרימטע ייִדישע טוער פֿון דער אונגאַרישער קולטור און וויסנשאַפֿט, וואָס האָבן געאַרבעט אין די 30ער-40ער יאָרן. די אויסשטעלונג איז אַ מין דערמאָנונג וועגן דעם, וואָס אונגאַריע האָט פֿאַרלוירן מיטן חורבן.
אין די ראַמען פֿון דער אַקאַדעמישער פּראָגראַם האָט דער מאָסקווער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ אַרויסגעגעבן אַ בוך פֿונעם באַרימטן ישׂראדליקן היסטאָריקער יוסף קאַפּלאַן אין דער רוסישער איבערזעצונג. דער מחבר איז דער ראָש פֿון דער קאַטעדרע פֿון ייִדישער געשיכטע אינעם ירושלימער אוניווערסיטעט. זײַן בוך הייסט „דער אַנדערער וועגן צו דער נײַער צײַט — ספֿרדים אין מערבֿ־אייראָפּע‟, און איז געווידמען די ספֿרדישע קהילות אין אַמסטערדאַם, האַמבורג, לאָנדאָן און אַנדערע שטעט — די סאַמע אינטעגרירטע ייִדישע קהילות פֿון יענער צײַט. די רייד גייט וועגן דער קהילה־סטרוקטור, וועגן די מאַראַנען, וואָס האָבן תּשובֿה געטאָן, און די פּראָבלעמען, וואָס זענען פֿאַרבונדן דערמיט; ווי אויך וועגן דעם אינטעלעקטועלן לעבן אין די דאָזיקע קהילות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.