אַ קונסט-שול, וואָס פֿאַרשפּרייט די נאַציסטישע אידעאָלאָגיע, גרייט זיך צו עפֿענען אירע טירן.
די „קונסט-שול אויפֿן נאָמען פֿון גענעראַל־פּעזידענט אָגוסטאָ פּינאָשע אוגאַרטע‟, וואָס געפֿינט זיך אויפֿן דרומדיקן אינדזל טשילאָע, הייסט נאָכן דיקטאַטאָר, וועלכער האָט דעמיסיאָנירט אין 1990 נאָך דעם, ווי דאָס דרום־אַמעריקאַנער לאַנד האָט דורכגעפֿירט דעמאָקראַטישע וואַלן. אויף די שילדן, וואָס רעקלאַמירן די שול, זעט מען בילדער פֿון האַקנקרייצן.
אַ צאָל ייִדישע כּלל־טוער, טשילעער ציווילע אָרגאַניזאַציעס און אַ געזעץ־געבער האָבן געפֿאָרעדט, אַז די שול זאָל בלײַבן פֿאַרשלאָסן.
די שול איז נישט אָנערקענט פֿונעם טשילעער בילדונג־מיניסטעריום, און עס עקזיסטירן נישט קיין געזעצן אין טשילע, וואָס פֿאַרווערן די פֿאַרשפּרייטונג פֿון דער נאַציסטישער אידעאָלאָגיע.
מאַרסעלאָ איזאַקסאָן, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קהילה, האָט גערופֿן די פּאָליטישע פֿירער אײַנצופֿירן געזעצן, וואָס פֿאַרווערן די פּריידיקונג פֿון נאַצישע געדאַנקען, כּדי צו פֿאַרהיטן די גרינדונג פֿון אַנדערע אינסטיטוציעס ווי די „אוגאַרטע־שול‟.
„דער אונטערשייד צווישן אייראָפּע און טשילע איז, אַז דאָ איז מען הינטערשטעליק בײַם אײַנפֿירן געזעצן, וואָס פֿאַרדאַמען אַזוינע אַקטיוויטעטן, און די נאַציס ניצן דערווײַל אויס די וואָרט־פֿרײַהייט, כּדי אויסצודריקן זייערע געדאַנקען,‟ האָט אײַזאַקסאָן דערקלערט פֿאַר דער צײַטונג, Santiago Times. ער האָט צוגעגעבן, אַז אַזוינע עקסטרעם־רעכטע טעטיקייטן זענען „נישט זעלטן‟ אין טשילע.
גאָדאָפֿרעדאָ ראָדריגועז פּעטשעקאָ, דער גרינדער פֿון דער שול, האָט געזאָגט דער אָרטיקער מעדיאַ: „מײַן ציל איז צו גרינדן אַ פּאָליטישע נאַציאָנאַליסטישע פּאַרטיי, און עס גייט מיר נישט אָן, אויב מע זאָגט מיר, אַז איך בין אַ נאַצי.‟
לויט אַ באַריכט אין דער ישׂראלדיקער צײַטונג, Times of Israel, האָט פּאַטשעקאָ געטענהט, אַז מע לערנט אין ערגעץ נישט די לערע פֿונעם „דריטן רײַך‟. „איך פֿאַרטיידיק נישט די נאַציס, אָבער עמעצער דאַרף דערציילן די געשיכטע אויף אַן אַנדער אופֿן, ווײַל ביז איצט האָט מען אַ סך מאַניפּולירט מיט די פֿאַקטן.‟
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט די פּאָליציי אַרעסטירט פּאַטשעקאָ אויף אַ נישט־שײַכותדיקער באַשולדיקונג פֿון גנבֿה.
דאַניעל פֿאַרקאַס, אַ טשילעער געזעץ־געבער, האָט געזאָגט דער אָרטיקער מעדיאַ, אַז ער וועט טאָן „אַלץ מעגלעכס, צו פֿאַרזיכערן, אַז די מענטשן וואָס פּריידיקן אַ מערדערישן רעזשים, זאָלן נישט קריגן קיין געלעגנהייט עס דורכצופֿירן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.