דער אוקראַיִנישער ייִדישער געשעפֿטסמאַן וואַדים ראַבינאָוויטש האָט געמאָלדן, אַז ער וועט קאַנדידירן פֿאַר פּרעזידענט פֿון אוקראַיִנע אין די וואַלן אין מײַ.
דער 61־יאָריקער ראַבינאָוויטש איז דער אייגנטימער און מיט־גרינדער פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדישער נײַעס־אַגענטור Jewish News One, און אַ מיט־פֿאָרזיצער פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדישן פּאַרלאַמענט.
אינעם אינטערוויו האָט ראַבינאָוויטש דערקלערט, אַז אוקראַיִנע דאַרף ווערן אַ נייטראַל לאַנד, מיט אַ קליינער פּראָפֿעסיאָנעלער אַרמיי לויטן שווייצאַרישן מוסטער, און מיט אַ רעגיאָנאַלער אַדמיניסטראַציע, ענלעך צו דער דײַטשישער פֿעדעראַלער סיסטעם.
ער האָט אויך גערופֿן צו אַנולירן דעם פֿאַרקויף־שטײַער אין לאַנד, וואָס דינט הײַנט ווי „אַ כּלי, וואָס די מאַכט ניצט, כּדי צו פֿאַרשטאַרקן איר אייגענעם כּוח‟. ער האָט גערופֿן צו אַ מער דורכזיכטיקער רעגירונג, ווײַל דאָס וואָלט געמוטיקט אינוועסטיציעס אין אוקראַיִנע, און דערבײַ געהאָלפֿן איר עקאָנאָמיע זיך ווידער שטעלן אויף די פֿיס, נאָך לאַנגע חדשים פֿון פּאָליטישע אומרוען, וואָס זענען אויסגעבראָכן אין נאָוועמבער און האָבן נאָך ערגער געמאַכט דעם פֿינאַנציעלן קריזיס.
„איך וויל עפֿנטלעך אָפּוואַרפֿן די פּלאָטקע, אַז אוקראַיִנע איז אַנטיסעמיטיש — אַ פּלאָטקע, וואָס פֿאַרשפּרייט זיך שוין איבער דער וועלט,‟ האָט ראַבינאָוויטש דערקלערט, פֿאַררופֿנדיק זיך, אַ פּנים, אויף דער באַשולדיקונג מצד דעם רוסישן פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין, אַז די רעוואָלוציע אין אוקראַיִנע ווערט אָנגעפֿירט פֿון „אַנטיסעמיטן און נעאָ־נאַציס‟.
„איך בין מסתּמא דער בעסטער קאַנדידאַט פֿאַר פּרעזידענט, ווײַל איך זוך נישט קיין שום מאַכט; כ׳וויל בלויז אַרויסהעלפֿן מײַן מדינה,‟ האָט ער באַטאָנט.
אין די 1980ער איז ראַבינאָוויטש אַרעסטירט און פֿאַרמישפּט געוואָרן צו 14 יאָר תּפֿיסה פֿאַר זײַנע אַקטיוויטעטן אינעם שוואַרצן מאַרק; ער איז אָבער געזעסן בלויז 7 יאָר, לויט דער אוקראַיִנישער וואָכנבלאַט, „קאָרעספּאָנדענט‟. נאָך זײַן באַפֿרײַונג אין 1991 האָט ער אָנגעזאַמלט אַ פֿאַרמעגן ווי אַ מעטאַל־הענדלער. ער האָט שוין געשאָנקען מיליאָנען דאָלאַרן פֿאַר ייִדישע צוועקן ווי, למשל, דאָס גרינדן אַ יערלעכן „לימוד‟־פֿעסטיוואַל אין אוקראַינע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.