פֿילם-פּראָיעקט: וועלט פֿון חסידישן בחור קערט זיך איבער

Film Project: Hasidic Teen's Life is Turned Upside Down

לייזער ווײַס, איינער פֿון די שרײַבער פֿון דער דראַמע, העלפֿט אַרויס מיט דער פֿילם־אַרבעט
לייזער ווײַס, איינער פֿון די שרײַבער פֿון דער דראַמע, העלפֿט אַרויס מיט דער פֿילם־אַרבעט

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published March 27, 2014, issue of April 11, 2014.

אַ פֿילם וועגן אַ יונגן חסיד פֿון וויליאַמסבורג, וואָס דערוויסט זיך, אַז זײַן ייִנגערער ברודער איז סעקסועל באַלעסטיקט געוואָרן, און באַמיט זיך צו זוכן הילף אין דער „היפּסטער‟־זײַט פֿון וויליאַמסבורג, האָט שוין אַרויסגערופֿן אַ ממשותדיקן אינטערעס אין דער קינאָ־וועלט.

דער סצענער פֿון דער דראַמע, The Other Side [אַן אַנדערע וועלט], אָנגעשריבן פֿון סטייסי מאַלטין מיט דער הילף פֿון צוויי יונגע געוועזענע חסידים, איז שטאַרק געלויבט געוואָרן אויף דער וועבזײַט, The Black List, און איז אַ האַלב־פֿינאַליסט אין צוויי באַזונדערע סצענאַר־קאָנקורסן.

מאַלטין און דער רעזשיסאָר פֿונעם פֿילם, דני טענענבוים (וועלכער איז, אַגבֿ, אויך איר מאַן), האָבן שוין אָנגעהויבן אינטערוויויִרן פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטיאָרן פֿאַר די הויפּט־ראָלעס, און האָפֿן צוצוציִען אַ באַרימטן אַקטיאָר צו שפּילן דעם רבֿ אינעם פֿילם. זיי האָבן בדעה אָנצוהייבן פֿילמירן דעם קומענדיקן אויגוסט.

כּדי צו פֿאַרענדיקן דעם פּראָיעקט מוזן טענענבוים און מאַלטין אָבער זאַמלען גענוג געלט דערפֿאַר. האָבן זיי געגרינדעט אַ קאַמפּאַניע דורך Kickstarter https://www.kickstarter.com/projects/1522426288/the-other-side-1

און זיי ווענדן זיך איצט צום ברייטן עולם צו העלפֿן זיי דערגרייכן דעם ציל. דער פּראָיעקט מוז אָנזאַמלען, צום ווייניקסטן, $50,000 ביז פֿרײַטיק, דעם 18טן אַפּריל, 2014. טענענבוים האַלט, אַז די טעמע פֿונעם פֿילם איז גענוג פֿאַרכאַפּנדיק, אַז זיי וועלן קאָנען דערגרייכן דעם ציל.

דער רעזשיסאָר פֿונעם פֿילם — דני טענענבוים, און די שרײַבערין/פּראָדוצירערין — סטייסי מאַלטין
דער רעזשיסאָר פֿונעם פֿילם — דני טענענבוים, און די שרײַבערין/פּראָדוצירערין — סטייסי מאַלטין

די דראַמע שילדערט די שטילע שפּאַנונג צווישן די צוויי וועלטלעך, וואָס לעבן בשכנות אין וויליאַמסבורג: פֿון איין זײַט — די חסידישע קהילה, וואָס באַמיט זיך מיט אַלע כּוחות צו לעבן אָפּגעזונדערט פֿון די דרויסנדיקע סעקולערע השפּעות, און פֿון דער צווייטער — די קינסטלער און באָהעמישע טיפּן, וועלכע וווינען גלײַך איבער דער מאַרסי עוועניו־גרענעץ. הגם אין דער חסידישער קהילה ווערט די „היפּסטער‟־וועלט באַטראַכט ווי אַ מאָדערנער סדום און עמורה, איז עס דווקא דאָרט, וווּ אַ טייל פֿון די חסידישע יונגע לײַט דערשמעקן זייער ערשטן טעם פֿון דער פֿרײַער וועלט.

הגם דער סיפּור־המעשׂה ברענגט אַרויס געוויסע נישט־אײַנגענעמע אַספּעקטן פֿון דער חסידישער קהילה, באַטאָנט עס אָבער אויך דעם מסירת־נפֿש, וואָס מע זעט דאָרט טאָג־טעגלעך, אין פֿאַרגלײַך מיטן פֿרײַען, אינדיווידואַליסטישן כאַראַקטער פֿון די „היפּסטערס‟.

„ס׳האָט מיך זייער גערירט צו זען ווי די חסידים זענען תּמיד גרייט צו העלפֿן איינער דעם אַנדערן,‟ האָט מאַלטין, וועלכע איז אַליין דערצויגן געוואָרן אין אַ רעפֿאָרם־משפּחה, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. „זיי האָבן זייער אייגענע אַמבולאַנס־סיסטעם, און לעבן מיט אַ טיפֿן בטחון. בײַ די ׳היפּסטערס׳ זעט מען נישט אַזאַ געפֿיל פֿון משפּחהדיקייט און אַחדות. ווי מע דרייט זיך, זעט מען ווי מענטשן זענען מער פֿאַרבונדן צו זייערע ווירטועלע פֿרײַנד אויף זייערע מאָבילקעס, איידער מיט די מענטשן, וועלכע שטייען גלײַך פֿאַר זייערע אויגן.‟

אָט איז אַ פֿאַרבינדונג צו אַן אינטעראַקטיוון ווידעאָ, וואָס דערמעגלעכט דעם צוקוקער צו מאַכן אַ טור פֿון דער חסידישער אָדער דעם „היפּסטער‟ טייל פֿון וויליאַמסבורג, און גיט אויך אַ דערקלערונג פֿונעם סיפּור־המעשׂה אויף ייִדיש:  

כּדי אָנצוטאַפּן דעם דוחק פֿונעם חסידישן קוקווינקל און לעבן־שטייגער, האָט מאַלטין אַרײַנגעצויגן צוויי יונגע לײַט, לייזער ווײַס און רייזי פּאָלאַק, וועלכע זענען ביידע דערצויגן געוואָרן בײַ סאַטמערער משפּחות אין וויליאַמסבורג. ווײַס, וועלכער איז צום בעסטן באַקאַנט ווי ראָמעאָ אינעם פֿילם Romeo and Juliet in Yiddish (2010), האָט זינט יענעם פֿילם געאַרבעט אויף אַ ריי דאָקומענטאַלע און לענגערע פֿילמען. רייזי פּאָלאַק האָט אויך געאַרבעט אויף פֿאַרשידענע פֿילמען און רעקלאַמעס, בפֿרט אין שײַכות מיט די קאָסטיומען.

„איך האַלט, אַז דער פֿילם איז זייער וויכטיק, ווײַל אין דער חסידישער וועלט באַהאַלט מען דעם אמת וועגן ׳סעקשועל אַביוס׳ [סעקסועלער באַלעסטיקונג],‟ האָט פּאָלאַק געזאָגט, בעת אַן אינטערוויו אויף ייִדיש מיטן „פֿאָרווערטס‟. „איך ווייס אַליין וועגן מיידלעך, וואָס זענען געוואָרן ׳מאָלעסטעד׳ [סעקסועל באַעוולט]. אַ פּאָר פֿון זיי זענען מײַנע חבֿרטעס. אָבער זיי האָבן נישט דערציילט זייערע עלטערן וועגן דעם, ווײַל זיי ווילן נישט שאַטן דעם נאָמען פֿון דער משפּחה, און די שידוכים.‟

רייזי פּאָלאַק גרימירט אַן אַקטריסע, בעתן פּראָדוקצירן אַ רעקלאַמע
רייזי פּאָלאַק גרימירט אַן אַקטריסע, בעתן פּראָדוקצירן אַ רעקלאַמע

כאָטש פּאָלאַק איז צופֿרידן, וואָס דער פֿילם באַהאַנדלט דעם ענין, פֿאַרשטייט זי, אַז ס׳איז נישט גרינג פֿאַר אירע באַקאַנטע אין דער חסידישער וועלט צו פֿאַרדייען. „איינע פֿון מײַן קלאַס האָט מיר געשריבן אַ טעקסט, אַז זי קען נישט גלייבן, אַז אַ סאַטמערער מיידל גייט מאַכן אַזאַ פֿילם,‟ האָט רייזי פּאָלאַק געזאָגט. „אָבער ס׳איז אָ־קיי, זי איז נישט ברוגז, זי וויל ווײַטער זײַן מײַן חבֿרטע.‟

פּאָלאַק זעט דווקא אַן ענדערונג אינעם צוגאַנג פֿון די הײַנטיקע חסידים, בפֿרט בײַם ייִנגערן דור: זיי זענען מער קריטיש פֿון דער טראַדיציע פֿון פֿאַרשווײַגן די פֿאַלן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג.

„דאָס זענען מענטשן, וואָס האַלטן פֿון דער תּורה, אָבער פֿאַרשטייען נישט פֿאַר וואָס זיי דאַרפֿן זײַן שטיל, ווען זיי הערן וועגן אַזוינע זאַכן,‟ האָט פּאָלאַק געזאָגט. „אויב איינער האָט געטאָן עפּעס שלעכטס, זאָגן זיי, דאַרף מען טאַקע גיין צו דער פּאָליציי…‟

בײַ טענענבוים, וועלכער איז דערצויגן געוואָרן אין אַ סעקולערן מושבֿ אין ישׂראל, איז דער פֿילם באמת אַ מעשׂה וועגן אידענטיטעט. „איידער סטייסי און איך האָבן זיך אַריבערגעצויגן קיין אַמעריקע, האָב איך ווייניק געוווּסט וועגן ייִדישקייט,‟ האָט טענענבוים באַמערקט. ער האָט זיך באַקענט מיט לייזער בעת דער פּראָדוקציע פֿון אַן אַנדערן פֿילם, און לייזער האָט אים און מאַלטין געגעבן אַ טור פֿונעם חסידישן וויליאַמסבורג; געבראַכט זיי צו די דעמאָנטסראַציעס קעגן סעקסועלער באַלעסטיקונג אין דער חסידישער וועלט, און דאָרט האָבן זיי זיך באַקענט מיט דער וואַקסנדיקער צאָל יונגע לײַט, וועלכע האָבן פֿאַרלאָזט דעם חסידישן לעבן־שטייגער.

ARTWORK BY ELKE REVA SUDIN
ARTWORK BY ELKE REVA SUDIN

„לכתּחילה האָב איך נישט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס די יונגע מענטשן, וואָס קריטיקירן אַזוי שטאַרק די חסידים, וווינען נאָך אַלץ אַזוי נאָענט צו זיי,‟ האָט טענענבוים באַמערקט. „׳דו וווינסט דאָך אין אַמעריקע, אַ פֿרײַע מדינה,׳ האָב איך זיי געזאָגט. ׳אויב די חסידים דאָ געפֿעלן דיר נישט, פֿאַר וואָס ציסטו זיך נישט פּשוט איבער קיין קאַליפֿאָרניע?׳ האָבן זיי מיך געענטפֿערט: ׳פֿאַר וואָס זאָלן מיר זיך אַוועקציִען? מיר ווילן זײַן אַ טייל פֿון דער קהילה. דאָס איז דאָך אונדזער קולטור אויך.׳

„ערשט דעמאָלט האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז טאַקע דער ייִדישער וועג: אויב עפּעס אין דער קהילה געפֿעלט דיר נישט — פּרוּוו עס צו בײַטן, אַנשטאָט צו אַנטלויפֿן דערפֿון. מיט דעם פֿילם וויל איך ווײַזן די טיפֿע פֿאַרבינדונג צו דער חסידישער געזעלשאַפֿט, נישט בלויז מצד די חסידים, אָבער אויך בײַ די וועלכע זענען מער נישט חסידיש.‟