דעם 24סטן מאַרץ 1976 האָט זיך אָנגעהויבן איינער פֿון די טראַגישסטע פּעריאָדן אין דער אַרגענטינער געשיכטע. די אַרמיי האָט דורך אַ שטאַרקן קלאַפּ פֿאַרכאַפּט די מאַכט, אײַנגעזעצט אין תּפֿיסה מאַריאַ עטעלאַ מאַרטינעס, פּעראָנס אַלמנה, און אָנגעהויבן אַ ברוטאַלע שחיטה, װאָס האָט אָפּגעקאָסט אַ 30,000 פֿאַרשװוּנדענע, אַן אייפֿעמיזם אויף די דערשאָסענע, פֿון װעלכע ביזן הײַנטיקן טאָג װייסט מען ניט, װוּ זייער געביין איז אַהינגעקומען. עדות זאָגן, אַז ייִדן האָט מען מער געפּײַניקט, און די פּראָפּאָרץ פֿון די פֿאַרשװוּנדענע ייִדן שטײַגט אין דער פּראָפּאָרץ פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג.
ביזן הײַנטיקן טאָג האָט מען אָפּגעראַטעװעט בײַ 100 פֿאַרכאַפּטע קינדער, װאָס זײַנען איבערגעגעבן געװאָרן צו די משפּחות, װאָס האָבן זיי פֿאַרשריבן װי אייגענע. די אַרגענטינער רעגירונג האָט באַשטימט דעם 24סטן מאַרץ װי „דער טאָג פֿון דעם זכּרון‟; מען האָט ניט געאַרבעט און עס זײַנען פֿאָרגעקומען אַקטן איבערן גאַנצן לאַנד. צום באַדויערן איז די געזעלשאַפֿט צעשפּאָלטן און בדרך־כּלל זײַנען פֿאָרגעקומען 2 אַקטן: איינער פֿון דער רעגירונג און אַ צװייטער — פֿון דער אָפּאָזיציע. דער ייִדישער ייִשובֿ האָט הײַיאָר פּובליקירט דערקלערונגען און זיך ניט באַטייליקט אָפֿיציעל אין אָט די אַקטן.
אין מאָנטעװידעאָ, אורוגװײַ האָט מען דערעפֿנט 2 נײַע קורסן. דער רבֿ בן־ציון שפּיץ לערנט ייִדישע געשיכטע און רמב״ם איין מאָל אין װאָך.
די „דאַיאַ‟ האָט אָרגאַניזירט אין סאַן איסידראָ, אַ שכנותדיקע בוענאָס־אײַרעסער בײַשטאָט מיט דער לאָקאַלער מוניציפּאַליטעט, די פּראָגראַם „צוזאַמענלעבן‟; אויך די קהילה איז אַ שותּפֿטע אין דער פּראָגראַם, װאָס צילט צו באַקעמפֿן דיסקרימינאַציע, אַרײַננעמען אין דער געזעלשאַפֿט מענטשן מיט אַנדערע פֿעיִקייטן, און זיך באַטייליקן אין פֿאַרשיידענע קרײַזן, אויפֿקלערנדיק דאָס רעכט פֿון אַלע מענטשן זיך פֿרײַ צו אַנטװיקלען און רעספּעקטירט װערן. „מען רעדט ניט פֿון טאָלעראַנץ, נאָר אַקצעפּטירן דעם אַנדערן, און אַזוי אַרום, געמיינזאַם באַרײַכערט װערן‟, האָט דערקלערט כוליאָ שלאָסער, פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ‟.
אין דער פּראָװינץ סאַנטאַ פֿע האָט מען אָפֿיציעל אָנגעהויבן אין דעם מוניציפּאַלן ראָט די צוגרייטונגען צו דערמאָנען דעם 20סטן אַניװערסאַר פֿונעם אַטענטאַט אויפֿן קהילה־בנין. דער לאָזונג פֿון דעם קאַמפּיין איז „20 יאָר אָן יוסטיץ‟, און די נײַע פּלאַקאַטן זײַנען פֿאָרגעשטעלט געװאָרן אויף אַ געװיינטלעכער זיצונג פֿון ראָט.
אַקטיװ גייען אָן די צוגרייטונגען צו דער אויסשטעלונג „250 יאָר ייִדישער שפּיטאָל אין בערלין‟. צוגעגרייט פֿונעם „משה מענדלסאָן־צענטער פֿאַר ייִדישע־אייראָפּעיִשע שטודיעס‟ בײַם פּאָטסדאַמער אוניװערסיטעט, װעט די אויסשטעלונג זײַן אָפֿן ביזן 27סטן יוני אין דעם ייִדישן מוזיי פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס.
די בוענאָס־אײַרעסער צײַטונג „פּערפֿיל‟ האָט פֿאָרגעלייגט אירע לייענער אַ שפּאַציר איבער דער ייִדישער בוענאָס־אײַרעס; זי דערציילט די געשיכטע פֿונעם ייִדישן ייִשובֿ אין פֿאַרשיידענע געגנטן, און רעקאָמענדירט צו באַזוכן דעם ייִדישן מוזיי, ספֿרדישע און אַשכּנזישע טעמפּלען, דעם חורבן־מוזיי אין דעם מוזיי פֿון אַנאַ פֿראַנק, דעם „ייִװאָ‟ און דעם טעאַטער „איפֿט‟. אויך רעקאָמענדירט זי אַרײַנצוגיין אין די ייִדישע רעסטאָראַנען, װוּ מען קען פֿאַרזוכן טראַדיציאָנאַלע מאכלים און אַפֿילו כּשרן סושי.
אַ קורס װעגן שעפֿערישער קונסט איז דערעפֿנט געװאָרן אין דער ציוניסטישער פֿרויען־אָרגאַניזאַציע. פּראָפֿ‘ מאַרסעלאָ מײַראַ װעט אַנאַליזירן די װערק פֿון די מאָדערנע קינסטלערס, און זיך ספּעציעל אָפּשטעלן אויף מאַרק שאַגאַלס װערק. נאָך דער לעקציע װעט די קינסטלערין פּופּע טעסיאָ אָנפֿירן מיט אַ װאַרשטאַט פֿון קאָלאַזש, װוּ די אָנטיילנעמער װעלן זיך קענען פּראַקטיש אויסדריקן מיט דער טעכניק.
דער אַמבאַסאַדאָר פֿון שפּאַניע אין אַרגענטינע האָט באַזוכט דעם קהילה־בנין. ער האָט אָנגעצונדן אַ יזכּור־ליכט בײַם מאָנומענט, װאָס דערמאָנט די אומגעקומענע בעתן אַטענטאַט, דער פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ‟ האָט אָנגעצונדן אַ ליכט לזכר די געפֿאַלענע אויפֿן אַטענטאַט אין דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע און נאָך דעם האָט מען אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך פֿאַר געמיינזאַמער אַרבעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.