מיט אַ וואָך צוריק האָב איך פֿאַרענדיקט מײַן אַרטיקל מיט אַזעלכע ווערטער: „דער איצטיקער רוסישער פֿאַשיזם איז (דערווײַל לכל-הפּחות) ניט קיין אַנטיסעמיטישער. צווישן די פּני, וועלכע מע האָט גערופֿן צו זיצן אין דעם זאַל בעת פּוטינס רעדע, האָט מען געזען אויך דעם ליובאַוויטשער רבֿ בערל לאַזאַר. ער האָט צוזאַמען מיט אַנדערע געקלאַפּט בראַוואָ. צי הייסט עס, אַז די ייִדן האָבן ניט וואָס צו זאָרגן? איך מיין, אַז דאָס וואָלט געווען אַ ביטערער טעות.‟
האָב איך אויף דעם באַקומען אַ קאָמענטאַר מצד אַ לייענער, וואָס האָט זיך פֿאַרבאַהאַלטן הינטער דעם נאָמען „פֿאַרוואָס?‟: „רוב אידיש רעדער זענען חסידים. ביטע אויפֿקלערן אייערע פּראָפֿעסאָרישע אורטיילן. איר ענדיגט דעם אַרטיקל ווי אַ רבי מיט רוח הקודש וואָס שפּירט נישט פֿאַר וויכטיג אויפקלערן פֿאַרוואס נאָר ווי אַ נבואה אַז פֿאַר אידן איז דאָס ׳אַ ביטערער טעות׳‟.
איך בין גאָר ניט זיכער, אַז איך האָב טאַקע אַ סך חסידישע לייענער. אָבער דער ר‘ „פֿאַרוואָס?‟ איז סײַ-ווי-סײַ בלי-ספֿק גערעכט אין אַרײַנזאָגן מיר אַ גאָב, בפֿרט נאָך, אַז איך האָב טאַקע ניט געוואָלט מע זאָל מײַנע ווערטער אויפֿנעמען ווי „נבֿיאישע‟ — איך בין ניט בכּוח אויסצופֿילן אַזאַ פֿונקציע און מע צאָלט מיר ניט, איך זאָל עס אַפֿילו אַ פּרוּוו טאָן צו טאָן.
איך האָב פּשוט געוואָלט זאָגן (און געמוזט עס טאָן דורך קלאָרע דיבורים), אַז די געשיכטע לערנט אונדז צו מעסטן געשעענישן ניט בלויז לויט דעם, צי „ס‘איז גוט פֿאַר ייִדן אָדער ס‘איז שלעכט פֿאַר ייִדן‟. דאָס ייִדישע לעבן איז אוממעגלעך אָפּצורײַסן פֿון דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט, אַפֿילו אויב מע באַהאַלט זיך אויס אין אַ ריין ייִדישער סבֿיבֿה. גלייב איך טאַקע, אַז ס‘איז ניט באַזונדערס קלוג צו קלאַפּן „בראַוואָ‟ די באַשײַמפּערלעכע ליגנערײַען פֿון דעם מענטש, וועלכע האַלטן הײַנט אונטער אַזעלכע „אוהבֿי-ישׂראל‟ ווי די פֿירער פֿון סיריע, ווענעזועלע און אַפֿגאַניסטאַן, בעת די אַלגעמיינע וועלט האַלט אים פֿאַר אַן אַגרעסאָר.
די צרה איז, אַז די קליינשטעטלדיק-פּאָליטישע מאָס „ס‘איז גוט פֿאַר ייִדן אָדער ס‘איז שלעכט פֿאַר ייִדן‟ — פֿילט זיך ניט בלויז אין דער ליובאַוויטשער פּאָליטיק, מישטיינס געזאָגט. פֿון מאָל צו מאָל זעט מען סימנים פֿון צולייגן אַזאַ „ייִדישע‟ ווירע אויך מצד די ישׂראלדיקע פּאָליטיקער. מע זעט עס זייער בולט אין דעם ווי אַזוי דער ישׂראלדיקער איסטעבלישמענט באַהאַנדלט איצט די געשעענישן אין אוקראַיִנע און רוסלאַנד.
גיט נאָר אַ קוק אויף אַ פּאָר רוסישע געסט, וועלכע מע האָט אין פֿעברואַר זייער פֿײַן אויפֿגענומען אין ישׂראל.
קודם-כּל, איז געקומען דמיטרי קיסיליאָוו, וועלכער איז געוואָרן אַ מין געבעלס אין פּוטינס רוסלאַנד. איך האָב איין מאָל אַ פּרוּוו געטאָן צו קוקן זײַן פּראָגראַם אויף דער טעלעוויזיע, אָבער לאַנג האָב איך ניט אויסגעהאַלטן. פֿאָרט האָב איך שוין ניט די אַמאָליקע מיידלשע כּוחות אַרײַנצושלינגען איין ליגן נאָך אַ צווייטן. און דאָך, האָט אים געגעבן אַן אינטערוויו דער ישׂראל־פּרעזידענט שמעון פּערעס, כאָשט אַ היפּש ביסל מענטשן האָבן געשריגן „געוואַלד‟; געטענהט, אַז דעם הויפּט-באַשעפֿעניש פֿונעם רוסישן פּראָפּאַגאַנדיסטישן מאָנסטער טאָר מען ניט אַרײַנלאָזן אין קיין לײַטישער שטוב.
עס זײַנען ניט אַדורך צוויי וואָכן נאָך דעם דאָזיקן אינטערוויו, ווי קיסיליאָוו האָט זיך אויסגעצייכנט מיט כּמעט אָפֿענע אַנטיסעמיטישע ווערטער מכּוח אַ פּאָר ליבעראַלע פּען-מענטשן. אין זײַן טעלעוויזיע-פּראָגראַם האָט ער זיך דערלויבט צו באַטאָנען, אַז די רייד גייט וועגן ייִדן. למשל, איינער פֿון זיי איז ברייט באַקאַנט ווי דער דיכטער איגאָר אירטעניעוו, אָבער קיסיליאָוו האָט געמאַכט קלאָר (ווי מע פֿלעגט עס טאָן אין סטאַלינס צײַטן, בײַם קעמפֿן קעגן די „קאָסמאָפּאָליטן‟), אַז דער אמתער נאָמען פֿון דעם דיכטער איז איגאָר מויסעעוויטש ראַבינאָוויטש. אינטערעסאַנט, אַז לעצטנס האָב איך געהערט אַ מאָדנעם קאָמענטאַר פֿון איינעם אַ באַקאַנטן רוסיש-שפּראַכיקן זשורנאַליסט פֿון ישׂראל. לויט זײַן מיינונג נאָך, איז קיסיליאָוו ניט קיין אַנטיסעמיט, ווײַל… אין זײַן פּראָפֿעסיאָנעלער טעטיקייט איז ער געווען תּמיד אַרומגערינגלט מיט ייִדן. ווי געפֿעלט אײַך אַזאַ „אײַזערנע‟ לאָגיק?
און דערנאָך, סוף אויגוסט, איז קיין ישׂראל געקומען וולאַדימיר זשירינאָווסקי, דער אָפּגאָט פֿון אַלע רוסישע פּאַסקודניאַקעס, אַן אייגענער גילגול פֿון דעם פֿראַנצויזישן לע פּען. אַ האַלבער ייִד, איז זשירינאָווסקי באַוווּסט ווי אַ שרײַענדיקער רוסישער שאָוויניסט. ער איז שוין אַ „פּערסאָנאַ נאָן גראַטאַ‟ אַפֿילו אין אַזאַ לאַנד ווי קירגיזיע. אין שײַכות מיט אוקראַיִנע גיסן זיך פֿון זײַן מויל נאָר זידלערײַען. מיט עטלעכע טעג צוריק האָט ער זיך געוואָנדן צו פּוילן — אומצוקערן צוריק די געגנט פֿון אוקראַיִנע, וועלכע האָט געהערט צו פּוילן ערבֿ דער צווייטער וועלט-מלחמה. מיט ענלעכע בקשות האָט ער זיך געוואָנדן צו אונגאַרן און רומעניע.
און אַזאַ זשירינאָווסקי נעמט מען אויף אין ישׂראל! מע טענהט, אַז ער איז דאָך געקומען ווי אַ מיטגליד פֿון אַן אָפֿיציעלער דעלעגאַציע, גלײַך ווי די דאָזיקע דעלעגאַציע האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט קיין ישׂראל אָן צו לאָזן וויסן פֿון פֿריִער.
איך פֿאַרשטיי, אַז צוליב גרויס- אָדער קליין-פּאָליטישע צילן זינגט מען מה-יפֿית, אָבער מע קען פֿון דעסטוועגן זײַן מער איבערקלײַבעריש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.