ישׂראל דערלויבט בוי־מאַטעריאַלן אין עזה

Israel to Allow Construction Materials into Gaza

דער ישׂראלדיקער שוץ־מיניסטער משה יעלון (לינקס), בעת דער וועכנטלעכער קאַבינעט־זיצונג, דעם 23סטן מאַרץ, אינעם פּרעמיערס ביוראָ, ירושלים
Getty Images
דער ישׂראלדיקער שוץ־מיניסטער משה יעלון (לינקס), בעת דער וועכנטלעכער קאַבינעט־זיצונג, דעם 23סטן מאַרץ, אינעם פּרעמיערס ביוראָ, ירושלים

פֿון REUTERS

Published March 28, 2014, issue of April 25, 2014.

ירושלים. — ישׂראל האָט דאָנערשטיק געמאָלדן, אַז זי וועט דערלויבן בוי־מאַטעריאַלן און עלעקטרישע אויסשטאַטונג אינעם עזה־פּאַס, כּדי צו העלפֿן בויען דאָרט אַ שפּיטאָל, פֿינאַנצירט דורך דער טערקישער רעגירונג. דער שריט איז אַ רמז, אַז ישׂראל באַמיט זיך צו פֿאַרבעסערן אירע באַציִונגען מיט אַנקאַראַ.

דער באַשלוס איז אַ רעזולטאַט פֿון די אָנגייענדיקע פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און טערקײַ, אונטער דער אויפֿזיכט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, כּדי ווידער צו דערנענטערן די צוויי לענדער, נאָכן קאָנפֿליקט איבער דער ישׂראלדיקער אָבלאַווע פֿון אַ טערקישער שיף אין 2001.

עזה, וואָס ווערט באַהערשט דורך דער איסלאַמיסטישער אָרגאַניזאַציע „כאַמאַס‟, האָט ווייניק אינפֿראַסטרוקטור און געפֿינט זיך אונטער אַ בלאָקאַדע דורך עגיפּטן און ישׂראל, כּדי נישט צו דערלאָזן דעם אימפּאָרט פֿון געווער צו די פּאַלעסטינער טעראָריסטן. ווי אַ פּועל־יוצא צאַמט די בלאָקאַדע אויך אײַן דעם אימפּאָרט פֿון ברענוואַרג און בוי־מאַטעריאַלן, וואָס וואָלטן במילא געקאָנט אויסגעניצט ווערן אויף טעראָריסטישע אַקציעס.

טערקײַ האָט אָנגעהויבן בויען דעם שפּיטאָל אין 2011, ניצנדיק מאַטעריאַלן, וואָס מע האָט אַרײַנגעשמוגלט אין עזה דורך טונעלן. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס ישׂראל דערלויבט מע זאָל אימפּאָרטירן זיי אין עזה.

דער שוץ־מיניסטער משה יעלון האָט באַשטעטיקט די בקשה פֿון טערקײַ, און אַ ישׂראלדיקער באַאַמטער, וועלכער האָט געבעטן בלײַבן אַנאָנים, האָט באַטאָנט, אַז די באַמיִונגען צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען צווישן ישׂראל און טערקײַ האָבן זיכער געשפּילט אַ ראָלע אין דעם באַשלוס.

ווען דער שפּיטאָל וועט זײַן פֿאַרטיק, וועלן דערמיט אָנפֿירן סײַ פּאַלעסטינער, סײַ טערקישע דאָקטוירים.