לאָמיר אָנהייבן מיט אַ מעשׂה שהיה:
אַ מאָל זענען געשטאָרבן אַלטע זיידע־באָבע. נאָך דער לוויה זענען געקומען די קינדער אויסליידיקן דאָס הויז, האָבן זיי אין אַ שרײַבטיש געפֿונען אַ טשיקאַווע פֿאָטאָ. לויטן סטיל האָט מען זיך געשטויסן, אַז די פֿאָטאָ שטאַמט פֿון מיזרח־אייראָפּע, 1920ער יאָרן; חוץ דעם איז דאָרטן געשטאַנען איינער וואָס איז געווען ווי צוויי טראָפּנס וואַסער מיטן זיידן, ליפּמאַן ע”ה. האָבן זיי זיך צעפֿרעגט בײַ דער משפּחה, האָט זיך אַרויסגעשטעלט אַזאַ היסטאָריע:
אַ מאָל איז געווען אַ פּאָרפֿאָלק, הערשל און ציליע, האָבן זיי געוווינט ערגעץ אין מיטל־גאַליציע. אין אַ שיינעם טאָג נעמען זיי און קלײַבן זיך איבער קיין אונגערן, אַזוי ווי אַ סך גאַליצישע ייִדן פֿון יענער צײַט. זיי האָבן זיך באַזעצט נישט אין דער גרויסער קרוינשטאָט, בודאַפּעשט, וואָס האָט צו יענער צײַט צוגעצויגן אַזוי פֿיל ייִדן, אַז מע האָט זי אָנגערופֿן „יודאַפּעשט“, נאָר אין אַ קליינער שטאָט אין מיזרח־אונגערן, נישט ווײַט פֿון טאָקײַ, וווּ מע מאַכט דעם באַרימטן ווײַן.
דורך די 1880ער, 1890ער און אַפֿילו 1900ער האָבן הערשל און ציליע אָנגעהאַט אַ קײַמא־לן פֿון עלעף קינדער. הערשל איז געווען אַן עקסט פֿרומער און פֿלעג זיך צעשטורעמען, ווען ער האָט געזען, אַז אַ קינד לאָזט דורך אַ מיצווה. נאָר אַפֿילו אין מיטן אַ היפּשן ייִדישן קיבוץ האָט די קינדער געצויגן צו דער גרויסער אונגערישער קולטור און שפּראַך. און אַז סע ציט צו דער קולטור און שפּראַך, פֿאַלט אַ סך מאָל אָפּ פֿרומקייט אויך. זענען די עלטערע קינדער אַריבער דאַוונען אין אַ מאָדערניזירטער שול און די ייִנגערע האָבן זיך פֿונעם דאַוונען גלאַט אַרויסגעדרייט, נישט־געקוקט אויפֿן טאַטנס כּעס.
די עלטערע קינדער האָבן פֿרי אָנגעהויבן קינדלען, זענען געווען פּלימעניקעס און פּלימעניצעס אין איין עלטער מיט זייערע ייִנגערע פֿעטערס און מומעס. קומט די ערשטע וועלט־מלחמה, צעפֿאַלט זיך די עסטרײַכיש־אונגערישע אימפּעריע. האָט זיך טייל משפּחה שוין געפֿונען אינעם קליינעם אונגערן, טייל — אין דער נײַער טשעכאָסלאָוואַקישער מלוכה. די שוין אײַנגעזעסענע האָבן זיך אײַנגעהיימישט אין די נײַע מלוכות, די ייִנגערע — סײַ קינדער, סײַ אייניקלעך — האָט שוין ווײַטער געצויגן, נאָר איצט — קיין אַמעריקע. איז הערשל געוואָרן אש־להבֿה: דאָ ווילט איר נישט היטן קיין ייִדישקייט, טאָ וואָס זשע וועט פֿון אײַך ווערן אינעם אַפּיקורסישן אַמעריקע? נאָר ס’האָט גאָר נישט געהאָלפֿן: דרײַ זין מיט אַ טאָכטער זענען אַוועק, פֿריִער קיין בודאַפּעשט, דערנאָכדעם — קיין ניו־יאָרק. די ערשטע האָבן זיך דאָ אײַנגעאָרדנט די עלטערע צוויי, שמואל מיט חנה, און מיט אַ קורצער צײַט שפּעטער אַריבערגעברענגט די צוויי ייִנגסטע ברידער, ליפּמאַן און פֿרויעם.
מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער האָבן זיך אַרומגעזען די עלטסטע טאָכטער, דבֿורה, מיט איר מאַן אַבֿרהם, אַז אין דער היים לעבט זיך נישט אַזוי גוט. האָבן זיי באַשלאָסן, אַז מילא, זיי, שוין אַלטע (געווען עטלעכע און פֿערציק!), האָבן נישט וווּהין אַריבערצופֿאָרן, נאָר זייערע פֿינעף קינדער וואָלטן אין אַמעריקע אַ סך בעסער אָפּגעשניטן. האָבן זיי אָנגעהויבן צוצוגרייטן ס’עלטסטע קינד, מינדל, שוין אַ מיידל פֿון קנאַפּע אַכצן, אַריבערצופֿאָרן דעם ים צו די פֿעטערס און מומעס. האָט גאָט געהאָלפֿן, האָבן די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין 1924 פֿאַרמאַכט די טויערן פֿון אימיגראַציע. ווי זשע קומט איצט די קאַץ איבערן וואַסער? ווען מע געפֿינט אַן אונגעריש־ייִדישן יונגן־מאַן אין אַמעריקע וואָס איז גרייט זי אַראָפּצונעמען, וואָלט געווען גאָר גוט. אײַ, מינדל איז נישט קיין געראָטענע — נישט שיין, נישט קלוג, האָט נישט קיין גרויסן ייִחוס צי נדן — איז אָבער דאָ אַן עצה: דבֿורהס ייִנגסטער ברודער, פֿרויעם, איז נאָך פֿרײַ. ער איז אויך נישט פֿול מיט מעלות: ער אַרבעט בײַ יענעם און פֿאַרדינט וואַסער אויף קאַשע. שמואל אָדער ליפּמאַן וואָלטן געווען פּונקט אָנגעמאָסטן — זיי האָבן שוין געעפֿנט אַ קראָם צוזאַמען און האָבן נישקשהדיק פּרנסה — נאָר זיי האָבן שוין אויך ווײַבער און קינדער. האָט דבֿורה אַראָפּגעברענגט פֿרויעמען צוריק אַהיים און אים חתונה געמאַכט מיט דער טאָכטער — ד”ה, אַ לײַבלעכער פֿעטער מיט אַ פּלימעניצע. אין טשעכאָסלאָוואַקײַ האָט מען דאָס, אַ פּנים, געמעגט. (ווען ס’איז דאָ נאָך אַ ייִנגערער ברודער וואָס זוכט אַ ווײַב וואָלט מען אים אַוודאי אויך חתונה געמאַכט מיט איר צווייטער טאָכטער, רייזל!)
פֿאַרשטייט מען שוין יענע פֿאָטאָ: סע זיצן דער אַלטער הערשל מיט ציליע — מחותּנים פֿון חתנס צד און זיידע־באָבע פֿון כּלהס צד; דבֿורה און אַבֿרהם, מחותּנים פֿון כּלהס צד; ווי אויך חתן־כּלה. הינטער זיי שטייען הערשלס און ציליעס אַנדערע קינדער מיט זייערע ווײַבער און מאַנען און מיט אַ צאָל אייניקלעך. די אַמעריקאַנער, שמואל, חנה און ליפּמאַן, זענען אויף דער חתונה נישט געקומען, נאָר דער וואָס איז געווען ענלעך צו ליפּמאַנען — דאָס האָט מען די פֿאָטאָ געפֿונען בײַ אים אין הויז — איז געווען אַן אַנדער ברודער, בערל. דאָס סאַמע טשיקאַווע: אויף דער פֿאָטאָ זעט מען נישט קיין איין שמייכל. פֿאַר וואָס? וואָרן פֿרויעם מיט מינדל האָבן נישט געוואָלט חתונה האָבן. זיי האָבן זיך געבעטן, מע זאָל זיי לאָזן צו רו, נאָר נישט געקענט בײַקומען די אײַנגעשפּאַרטע דבֿורהן.
מיט אַ יאָר צען שפּעטער איז הערשל געשטאָרבן. ביזן סוף האָט ער געמוסרט די געבליבענע משפּחה־גלידער פֿאַר וואָס זיי גייען נישט אין זײַנע דרכים. אין דער מלחמה האָט, חוץ אַ פּאָר אייניקלעך וואָס האָבן זיך על־פּי נס געראַטעוועט, די משפּחה געטראָפֿן דער זעלביקער גורל וואָס ס’רובֿ אונגערישע ייִדן. פֿרויעם און מינדל, ווידער, האָבן, נישט־געקוקט אויפֿן טרויעריקן אָנהייב, אין אַמעריקע זיך גוט צוזאַמענגעלעבט, געהאַט צוויי קינדער מיט אייניקלעך און בשלום אויסגעלעבט די יאָרן.
איצט, אַז מיר האָבן צוגעזאָגט פֿריילעכערע זאַכן, איז לאָמיר זיך דערמאָנען אַ פּאָר שייכדיקע טערמינען:
חתונה האָבן האָט מען אַליין חתונה; חתונה מאַכן מאַכט מען אַנדערע, בדרך־כּלל אייגענע קינדער. קינדער קען מען אויך אויסגעבן (אַזוי ווי געלט). דער רבֿ אויף אַ ייִדישער חתונה איז אַ מסדר־קידושין. (אויף ענגליש, צום באַדויערן, האָט מען איין ווערב פֿאַר אַלע דרײַ: marry.) אַמאָליקע צײַטן און אַפֿילו הײַנט קומט מען אָן צון אַ שדכן און מע לאָזט אַ קינד רעדן אַ שידוך. אַ מאָל האָבן זיך חתן־כּלה נישט באַקענט פֿאַר דער חתונה, אָבער אין אונדזערע צײַטן פֿירט זיך בײַ אַ גערעדטן שידוך, אַז מע קומט זיך יאָ צונויף פֿאַר דער חתונה אויף אַ טרעפֿונג, וואָס ס’הייסט, אַ שטייגער, אַ „זעונג“ אָדער „זעעכץ“ (אַזוי בײַ באַשעוויסן), אַ „באַקוק“ אָדער אַ „באַשוי“ (אַרויסגערעדט BAShOU; אַזוי בײַ די אונגערישע חסידים).
פֿאַרשטייט זיך, אַז אַרום חתונות איז דאָ אַ רײַכער שפּראַכיקער פֿאָלקלאָר. אַ צאָל משלים מערנישט:
„מיידל, דו ביסט טאַקע שיין ווי די וועלט, דו דאַרפֿסט אָבער געלט“ און „הונט, האָסט געלט? זײַ מײַן מחותּן“ (אין אַ סך שידוכים איז דער עיקר געלט).
„דער טאַטע האָט גענומען די מאַמע, און איך דאַרף נעמען אַ פֿרעמדע“ און „אַז דער זון האָט חתונה גיט ער דער מאַמע אַ גט“ (דער מאַמעס ליבע איז די שטאַרקסטע).
„איין שטיקל האָלץ קען אַליין נישט ברענען“, „פֿרי אויפֿשטיין און פֿרי חתונה האָבן שאַט נישט“, „בעסער אַ יונגע אַלמנה איידער אַן אַלטע מויד“, „גוט איז אַפֿילו ‘אָך’, אַבי ווע דוואָך [אין צווייען]“ (חתונה האָבן מוז מען).
צום סוף, אַ פֿאָלקס־עטימאָלאָגיע: אַ מאָל איז געווען זייער פֿאַרשפּרייט אויף מאַמע־לשון — הײַנט איז עס בעוונותינו הרבים אויך נישט פֿאַרגעסן — דאָס דײַטשמערישע „הײַראַט“ (דײַטשיש Heirat ‘זיווג’). דאָס איז אַ האַלבע צרה. נאָר ס’קומט נאָך אויס צו הערן, אַז דאָס דײַטשישע וואָרט, פֿון אַן עכט דײַטשישן אָפּשטאַם, נעמט זיך גאָר פֿונעם לשון־קודשדיקן „הרי אַתּ (מקודשת לי בטבעת זו כּדת משה וישׂראל)“ ‘דאָס ביסטו (מיר געהייליקט מיטן דעם רינגל לויטן דת פֿון משה און ישׂראל)’. בײַם ערשטן הערן רופֿט עס אויס אַ שמייכל, בײַם צווייטן — אַ גרימאַסע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.