ער איז איבערגעפֿאָרן די אָקופּירטע שטאָט אויף אַ דזשיפּ,
אַ העלדישער יונג אַ באַוואָפֿנטער… אַ יונג אַ לײב!
און אויף דער אונטערדריקטער גאַס
אַן אַלטער מאַן און אַ פֿרוי
זיך צוגעדריקט פֿון אים צו דער וואַנט.
און דער יונג האָט מיט מילכיקע ציינער געשמייכלט:
„כ’וועל פּראָבירן מיט דער מאַשינביקס‟… און פּראָבירט האָט ער!
האָט דער אַלטער נאָר צוגעדעקט זײַן פּנים מיט די הענט…
האָט זײַן בלוט די וואַנט אָפּגעדעקט.
[…]
ווײַל בחורים און בחורטעס, און מיר מיט זיי,
ווער בפּועל־ממש
און ווער מיט אַ פּעטשל הסכּמה,
צעשטופּן זיך מיט אַ מורמל “אַ באַדערפֿעניש” און „אַ נקמה‟,
צום תּחום פֿון מלחמה פֿאַרברעכערס.
(„על זאת‟, נתן אַלטערמאַן, דעם 21סטן נאָוועמבער, 1948. אין ייִדיש – ע. מ.)
דאָס ליד „על זאת‟ („וועגן דעם‟) פֿון נתן אַלטערמאַן איז איינס פֿון די שאַרפֿסטע פּאָעטישע רעאַקציעס אין העברעיִש אויף דער פּאַלעסטינער „נאַקבאַ‟. אַלטערמאַן האָט עס אָנגעשריבן 5 חדשים נאָך דער שחיטה אין לוד („לידאַ‟), וואָס אין משך פֿון דער צײַט זענען הונדערטער פּאַלעסטינער לײַט דערהרגעט געוואָרן דורך די ישׂראלים, און נאָך טויזנטער זענען פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון זייערע היימען. לעצטנס, האָט אַרי שבֿיט אָט די אַכזריות-אַקטן געווידמעט אַ גאַנץ קאַפּיטל אין זײַן בוך „מײַן צוגעזאָגט לאַנד: דער טריִומף און טראַגעדיע פֿון ישׂראל” (זעט: עדי מהלאל, פֿעברואַר 28, 2014 אַרי שבֿיטס צוגעזאָגט לאַנד).
מיט אָט דעם ליד עפֿנט זיך חנן חבֿרס הקדמה צו דער לידער־זאַמלונג „אַל תּגידו בגת: הַנַּכְּבָּה הפֿלסטינית בשירה העבֿרית 1958־1948‟ (זאָגט נישט אין גת: די פּאַלעסטינער נאַקבאַ אין דער העברעיִשער פּאָעזיע 1948-1958), וואָס איז אַרויס אין 2009 אונטער חבֿרס רעדאַקציע. חבֿר איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון העברעיִשער ליטעראַטור אין יעל-אוניווערסיטעט.
„אויפֿן ערשטן קוק, — שרײַבט חבֿר, — זעט אויס אַלטערמאַנס ליד ווי עפּעס זעלטנס: אַ ליד, וואָס דריקט אויס אַ פּראָטעסט קעגן די גוואַלד-טאַטן, און פֿאַרדאַמט די אומיושרדיקע אויפֿפֿירונג פֿון די ׳הגנה׳-כּוחות אין לוד (אַנדערע פֿאַלן האָט אַלטערמאַן איגנאָרירט); אָבער אַלטערמאַן פֿאַרשטאַרקט דווקא די העגעמאָנישע שטעלונג אין דעם ליד, וואָס האָט בעצם כאַראַקטעריזירט די 48’ מלחמה ווי אַ יושרדיקע מלחמה.‟ די אַנדערע סטראָפֿעס אין „על זאת‟ באַשטעטיקן חבֿרס אַרגומענט. אָט למשל, די שורות:
דאָס איז אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון די באַפֿרײַונג-שלאַכטן, טײַערע!
עס זענען דאָ נאָך מער רציחהדיקע! ס’איז נישט קיין סוד!
אונדזער קאַמף פֿאָדערט אויסדריקונג און לידער…
גוט! וועט זיך עס זינגען, אם-כּן, אויך וועגן דעם!
[…]
און די מלחמה פֿון פֿאָלק, וואָס איז אָן מורא געשטאַנען
אַנטקעגן די זיבן אַרמייען
פֿון די מלכים פֿון מיזרח,
וועט נישט האָבן קיין מורא אויך פֿון „אַל תַּגִּידוּ בְגַת‟…
זי איז נישט אַזאַ דערשראָקענע!
אין דעם לעצטן סך-הכּל באַרעכטיקט אַלטערמאַן אַלצדינג, לטובֿת דעם נאַציאָנאַלן צוועק. די זאַך איז, אַז אַ סך מענטשן זענען דאָך דערהרגעט געוואָרן אין משך פֿון יענעם טאָג. שטעלט חבֿר די פֿראַגע: צי האָט די העברעיִשע פּאָעזיע פֿון יענעם יאָרצענדליק מצליח געווען „נאַקבאַ‟ איז אַ רעזולטאַט פֿון אַ מאָראַלישן פֿאַרברעכן, וואָס איז אויך אַ מלחמה־פֿאַרברעכן? ענטפֿערט חבֿר, אַז ניין, אויסער זייער זעלטענע פֿאַלן, וואָס ס’רובֿ זענען זיי אייגנטלעך געווען נאָענט צו אַלטערמאַנס צוגאַנג.
אין דער זאַמלונג געפֿינען זיך נאָך ריזיקע נעמען פֿון דער ישׂראלדיקער העברעיִשער פּאָעזיע, ווי: אבא קאָוונער, אָבֿות ישורון, חיים גורי, ע. הלל, לאה גאָלדבערג, דן פּאַגיס, אַלכּסנדר פּען, און נאָך. דער לעצטער נאָמען — פּען, איז געווען באַקאַנט ווי דער פּאָעט פֿון דער ישׂראלדיקער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. פּענס „שיר המנושלים‟ (ליד פֿון די פֿאַרטריבענע) ווײַזט אַרויס אַ מיטגעפֿיל מיט די לײדן פֿון די פּאַלעסטינער אַראַבער. “אַ שוואַרצע זון אין מײַן היים”, שרײַבט ער דאָרט.
די לידער זאַמלונג “זאָגט נישט אין גת” איז אַרויס אין אַ שיינער אויסגאַבע דורך דעם “זוכרות”־פֿאַרבאַנד. צווישן די לידער האָט מען אַרײַנגעוועבט גבֿית־עדות פֿון די פּאַלעסטינער וועגן דער “נאַקבאַ”, וואָס פֿונקציאָנירן ווי רעאַליסטישע פּראָזע-טעקסטן, און ווי דירעקטע עדות פֿונעם צווייטן צד פֿונעם סיכסוך, אָן דער פֿאַרמיטלונג פֿון די העברעיִשע פּאָעטן. די זאַמלונג גיט אַ וויכטיקע לעקציע מכּוח דעם חילוק צווישן דעם סאָרט פּאָעטן, און אינטעלעקטואַלן בכלל, וואָס זענען געקניפּט און געבונדן מיט דער רעגירונג, און זי באַרעכטיקן דעם זאָג: יִהְיה-מַה-שֶיִהְיה; און דאָס — אַנטקעגן דעם בונטאַרישן סאָרט, וואָס איז גרייט מיט מוט זיך אַנטקעגנצושטעלן און צו קריטיקירן די מאַכט. איין פּאָעטישער טעקסט אין דער זאַמלונג איז אָנגעשריבן געוואָרן דורך אַ פּאַלעסטינער פּאָעט, טופֿיק זאַיאַד. אָט אַזוי שרײַבט ער אין “אַחיי למאבֿק” (מײַנע ברידער צום קאַמף, 1957):
מײַנע ברידער צום קאַמף
דאָס איז מײַן ברכה
סײַ מיר, סײַ איר
זענען אַ קרבן פֿון טיראַנען
[…]
דאָס איז מײַן וועג:
זאָל אַ ברודער ערבֿ זײַן פֿאַר זײַן ברודער
און האַנט-אין-האַנט וועלן מיר טרעטן צום ליכט, צום נצחון,
מיר וועלן לײַכטן דעם באַגינען פֿון פֿרייד און גליק!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.