ידיעות פֿון פּאַריז

News From Paris

מאַקס זשאַקאָב (צווייטער פֿון לינקס) מיט אַמאַדעאָ מאָדיגליאַני (ווײַט לינקס) און צוויי אַנדערע קינסטלער אין מאָנפּאַרנאַס, פֿראַנקרײַך
מאַקס זשאַקאָב (צווייטער פֿון לינקס) מיט אַמאַדעאָ מאָדיגליאַני (ווײַט לינקס) און צוויי אַנדערע קינסטלער אין מאָנפּאַרנאַס, פֿראַנקרײַך

פֿון שרון בר-כּוכבֿא

Published March 28, 2014, issue of April 25, 2014.

זאָרג וועגן רעזולטאַטן פֿון דער עקסטרעם־רעכטער פּאַרטיי אין די מוניציפּאַלע וואַלן

די טעמע וואָס באַשעפֿטיקט די פֿראַנצויזן צום מערסטן די וואָך זענען די רעזולטאַטן פֿון דער ערשטער רונדע פֿון די שטאָטישע וואַלן, וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿאַראַכטטאָגן, און ספּעקולאַציעס וועגן דער צווייטער רונדע, וואָס דאַרף פֿאָרקומען דעם זונטיק.

די הויפּט־זאָרג פֿון אַ סך פֿראַנצויזן, און דער עיקר פֿון ייִדן און אַנדערע עטנישע מינאָריטעטן, זענען די הויכע רעזולטאַטן פֿון דער עקסטרעם־רעכטער פּאַרטיי „פֿראָנט נאַסיאָנאַל‟. די רעזולטאַטן האָבן כּמעט אַלעמען איבערראַשט, מסתּמא אַפֿילו די פּאַרטיי אַליין… אין אַ סך שטעט האָט זייער קאַנדידאַט באַקומען גענוג שטימען כּדי אַריבערצוגיין צו דער צווייטער רונדע. אין דרום־פֿראַנקרײַך דער עיקר זענען דאָ עטלעכע גרויסע שטעט, ווי למשל אַוויניאָן און מאַרסיי, וווּ זיי האָבן באַקומען צווישן 20 און 30 פּראָצענט פֿון די שטימען, און אין אַ פּאָר ערטער האָבן זיי אַפֿילו שוין געוווּנען די וואַלן גלײַך בײַ דער ערשטער רונדע. אין די שטעט אַליִיִרן זיך איצטער רעכטע און לינקע קאַנדידאַטן כּדי צו פֿאַרבלאָקירן דעם „פֿראָנט נאַסיאָנאַל‟, און האָפֿן אַז מער פֿון זייערע וויילערס וועלן זיך מאָביליזירן דאָס מאָל ווי בשעת דער ערשטער רונדע.


צוויי אויסשטעלונגען לזכּרון דעם פּאָעט און מאָלער מאַקס זשאַקאָב

לכבֿוד דעם 70סטן יאָרצײַט פֿונעם פּאָעט און מאָלער מאַקס זשאַקאָב, געפֿינען זיך איצט צוויי אויסשטעלונגען פֿון זײַנע ווערק אין דער שטאָט אָרלעאַן.

זשאַקאָב איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט קאַמפּער אין בריטאַניע, בײַ אַ ייִדישער משפּחה. ער האָט זיך זייער פֿרי פֿאַראינטערעסירט אין קונסט, דערהויפּט אין מאָלערײַ, נאָר אין דער משפּחה האָט מען נישט צוגעשטימט צו אַזאַ מין „נישט־פּראַקטישן‟ באַרוף. האָט דער יונגער מאַקס געמוזט פֿאַרלאָזן די היים און איז געפֿאָרן קיין פּאַריז צו שטודירן מאָלערײַ.

אין פּאַריז האָט ער זיך באַפֿרײַנדט מיט די קינסטלער פּיקאַסאָ, מאַטיס, מאָדיליאַני (וואָס האָט, אַגבֿ, געצייכט זייער אַ שיינעם פּאָרטרעט פֿון אים), און מיט אַנדערע צענטראַלע פֿיגורן אין דער דעמאָלטדיקער קונסט־וועלט. נאָך אַ געוויסער צײַט האָט ער אויך אָנגעהויבן צו שרײַבן, דער עיקר — פּאָעזיע. צווישן 1911 און 1938 האָט ער פּובליקירט מער ווי 20 ביכער, אי פֿון פּראָזע אי פֿון פּאָעזיע.

אין 1909 האָט זשאַקאָב דורכגעמאַכט אַ מיסטישע איבערלעבונג, און עטלעכע יאָר שפּעטער געביטן דעם גלויבן און געוואָרן אַ קאַטאָליק. אַ צײַט לאַנג האָט ער זיך אַפֿילו אָפּגעזונדערט פֿון דער וועלט און געלעבט אין אַ מאָנאַסטיר במשך פֿון אַ פּאָר יאָר.

נאָר די דײַטשן האָבן אַוודאי נישט געזען קיין חילוק צווישן אים און אַנדערע ייִדן. ער האָט לאַנג געליטן אונטער די “אַנטי־ייִדישע” געזעצן, האָט מער נישט געקענט פּובליקירן זײַנע ביכער און געמוזט אַנטלויפֿן. זײַן ברודער און שוועסטער האָבן די דײַטשן באַלד געכאַפּט און דערמאָרדערט מיט זייערע משפּחות.

צום סוף האָט די געשטאַפּאָ אין 1944 אויך אים אַרעסטירט. צו־ערשט איז ער אַרײַן אין תּפֿיסה אין אָרלעאַן און דערנאָך האָט מען אים פֿאַרשיקט אינעם אינטערניר־לאַגער פֿון דראַנסי. זײַנע באַקאַנטע חבֿרים זשאַן קאָקטאָ און סאַשאַ גיטרי, האָבן געפּרוּווט אים צו באַפֿרײַען, נאָר נישט באַוויזן צו פּועלן גיך גענוג. צוויי וואָכן נאָך זײַן אַרעסט איז ער געשטאָרבן אין לאַגער צוליב אַ גרויסער שוואַכקייט.

אין די צוויי אויסשטעלונגען אינעם שטאָטישן קונסט־מוזיי און אינעם Cercil (דער מוזיי פֿון די פֿאַרשיקטע קינדער פֿון Vel d’Hiv), קען מען זען זעלטענע דאָקומענטן און פּערזענטלעכע חפֿצים פֿון מאַקס זשאַקאָבס אַרכיוו פֿאַר און בשעת דער מלחמה. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס אַן אויסשטעלונג, דאָס הייסט אין דער אמתן צוויי אויסשטעלונגען, זענען אין גאַנצן געווידמעט דעם וויכטיקן און פֿילזײַטיקן קינסטלער, וואָס איז געווען אַ לעבעדיקע בריק צווישן מאָלערײַ און פּאָעזיע.