שמואל ליפֿשיץ, אַ 27־יאָריקער חסידישער יונגערמאַן, פֿאַרקויפֿט שפּילעכלעך אין זײַן קראָם אויף לי־עוועניו, אין וויליאַמסבורג. זײַן אויטאָ איז באַצירט מיט אַ קאַריקאַטוריש בילד פֿון אַ ייִנגל מיט פּאות און אַ קײַלעכדיק אויסגעשפּרענקלט פּנים. ליפֿשיץ האָט דערקלערט, אַז ער האָפֿט צו פֿאַרוואַנדלען זײַן פּערסאָנאַזש אין אַ פּאָפּולערן חסידישן סימבאָל — אַזוי ווי „מיקי־מאַוס‟, דער אָפֿיציעלער סימבאָל פֿון „דיסני‟, וועלכער איז געוואָרן וועלט־באַקאַנט.
ליפֿשיצס קראָם, וואָס הייסט „Wise Buys‟ („קויפֿט מיט חכמה‟), געפֿינט זיך אינעם דרומדיקן טייל פֿונעם ראַיאָן, וווּ עס וווינען טויזנטער סאַטמאַרער חסידים. די חסידישע קינדער קוקן נישט קיין טעלעוויזיע, האָט דער בעל־הבית דערקלערט, דערפֿאַר זענען אַזעלכע אַמעריקאַנער שפּילעכלעך, ווי דער „מיקי־מאַוס‟, נישט פּאָפּולער בײַ זיי. זײַן קראָם פֿירט אָבער אויס די זעלבע פֿונקציע, ווי אַ קוואַל פֿון אַזעלכע פּאָפּולערע קינדער־חפֿצים, ווי די „מיצווה־מענטשן‟ — אַ גרופּע פּלאַסטיק־פֿיגורקעס, וואָס זעען אויס ווי מתפּללים פֿון אַ שיל. אַ סך קונים האָבן אויך ליב דעם שפּילצײַג־אויטאָ, וואָס זעט אויס ווי די אָרטיקע ייִדישע אַמבולאַנץ, „הצלה‟, און פֿאַרשיידענע טיש־שפּילן אויף ייִדיש.
אַזעלכע קליינע געשעפֿטן קאָנען ברענגען די בעלי־בתּים אַ גרויסן דערפֿאָלג, ווײַל אין אַ חסידישער קהילה, וואָס שטרעבט אָפּצוהיטן אַ דיסטאַנץ פֿון דער אַרומיקער וועלט, און וווּ די ייִדן לערנען אַ סך תּורה, אָבער ווייניק וועלטלעכע לימודים, ציִען די אָרטיקע פּראָדוקטן אַ גרויסן אויפֿמערק. עס זענען אָבער פֿאַראַן חסידישע פֿירמעס, וואָס זענען געוואָרן באַקאַנט אין גאַנץ ניו־יאָרק — למשל, די גרויסע מאַנהעטענער עלעקטראָניק־קראָם „B&H‟, וווּ עס אַרבעטן הונדערטער פֿרומע לײַט.
מיט צוויי יאָר צוריק, האָט ליפֿשיץ געקויפֿט די קראָם פֿון זײַן שוואָגער, וועלכער פֿלעגט דאָרטן פֿאַרקויפֿן שיך און פֿאַרשיידענע שטוב־זאַכן. באַלד האָט דער נײַער בעל־הבית פֿאַרשטאַנען, אַז צום מערסטן נייטיקט זיך דער אָרטיקער עולם אין כּלערליי חפֿצים פֿאַר קינדער — פֿון בלײַערס און פּענען ביז נאָטיץ־ביכלעך און שפּילעכלעך. לי־עוועניו, וווּ זײַן געשעפֿט שטייט, איז יעדן טאָג ממש פֿאַרפּאַקט מיט קינדער־וועגעלעך.
דער געשעפֿטסמאַן האָט דערקלערט, אַז ווען ער קויפֿט אײַן נײַע שפּילעכלעך, נעמט ער אין באַטראַכט אַ צאָל פֿאַקטאָרן, אַרײַנגערעכנט דאָס שײַכות צו ייִדישקייט און צניעות. למשל, אַ פּלאַסטיק־רבֿ מיט אַ שטרײַמל טויג יאָ, אָבער אַ האַלב־נאַקעט ים־מיידל — נישט. לויט זײַנע ווערטער, קאָן ער נישט אַרײַנברענגען 80 פּראָצענט פֿון די שפּילעכלעך, וואָס ווערן פֿאַרקויפֿט אין די אַלגעמיינע קינדער־קראָמען. אַחוץ דעם, האָט ער געוויסע אייגענע פּרעפֿערענצן. צום בײַשפּיל, ער פֿאַרקויפֿט נישט די פּלושענע חיות, ווײַל ער האַלט, אַז ס׳איז מער כּדאַי פֿאַר די קינדער צו האָבן שפּילעכלעך, וואָס אַנטוויקלען זייער מוח און קאָנען אויסגענוצט ווערן אויף אַ שעפֿערישן אופֿן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.