מיט אַ וואָך צוריק, האָט די מאָנטרעאָלער פֿראַנצויזיש־שפּראַכיקע צײַטונג „לאַ פּרעס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אויף איר וועבזײַט די רעזולטאַטן פֿון אַן אויספֿרעג, לויט וועלכן 57 פּראָצענט פֿון די קוועבעקער זענען געשטימט „אַ ביסל אָדער שטאַרק‟ קעגן די מוסולמענער, און 56 פּראָצענט — קעגן די חסידישע ייִדן.
כּמעט גענוי די זעלבע ציפֿערן ווײַזן אָן, אַז די קענגערשאַפֿט קומט אין ביידע פֿאַלן פֿון די זעלביקע קרײַזן, וואָס באַציִען זיך בכלל נעגאַטיוו צו אימיגראַנטן. 72 פּראָצענט קוועבעקער זענען מסכּים מיטן געדאַנק, אַז די אויסלענדער „מוזן אַוועקלייגן זייער קולטור אין אַ זײַט און שטרעבן אָנצונעמען די קוועבעקער קולטור‟. קודם־כּל, מוזן די ייִדן און מוסולמענער „זיך אַרײַנפּאַסן אינעם לאַנדשאַפֿט‟, ווי עס ווערט דערקלערט אין דער צײַטונג; דאָס הייסט, אַז זיי טאָרן נישט אויסזען אַנדערש אויף דער גאַס.
אַזעלכע נעגאַטיווע שטימונגען זענען אַ סך ברייטער פֿאַרשפּרייט צווישן די פֿראַנצויזיש־שפּראַכיקע קוועבעקער, אין פֿאַרגלײַך מיט די מער טאָלעראַנטע ענגליש־רעדער. נישט לאַנג צוריק האָב איך געזען אינעם מאָנטרעאָלער עראָפּאָרט, ווי איינער אַ מאַן אין זײַנע זעכציקער האָט פּלוצעם אָנגעהויבן גאַנץ אַגרעסיוו שרײַען אויף פֿראַנצויזיש, אַז ער איז אַן עכטער קוועבעקער, שעלטנדיק ייִדן און מוסולמענער גלײַך; די פּאָליציי האָט אים קוים באַרויִקט. ס׳זעט אויס, אַז דער שרײַער איז אַליין געווען אַן אימיגראַנט פֿון אַפֿריקע, לויט זײַן אַקצענט. אין פֿאַרגלײַך מיט די דערמאָנטע „פֿאַרשאָלטענע‟ עלעמענטן, טראָגט ער נישט קיין יאַרמלקע צי קופֿיאַ, דערפֿאַר מעג ער זיך האַלטן פֿאַרן גרעסטן פֿראַנצויזישן נאַציאָנאַליסט.
קוועבעק איז גאַנץ גרויס, אויף אַ טוץ מאָל גרעסער, ווי דער שטאַט ניו־יאָרק. די חסידים וווינען בלויז אין אַ פּאָר קליינע קוואַרטאַלן פֿון מאָנטרעאָל און אין דער אַרומיקער געגנט. די מוסולמענער זענען נישט אַזאַ גרויסער חידוש, אָבער באַטרעפֿן אויך בלויז 1.5 פּראָצענט פֿון דער קוועבעקער באַפֿעלקערונג, און דערצו גייען אַ סך פֿון זיי אַרום אָנגעטאָן גאַנץ קוועבעקיש. איך קען עטלעכע אָרטיקע מוסולמענישע מיידלעך, וואָס טראָגן קורצע קליידלעך און דעקן נישט צו די האָר; די עכטע קאָלאָריטנע טיפּן מיט צוגעדעקטע פּנימער זענען אַ מיעוט.
די קוועבעקער רעגירונג באַהאַנדלט איצט אַ סתּירותדיקן געזעץ־פּראָיעקט, לויט וועלכן מע וויל פֿאַרווערן אַזעלכע קאָפּ־צודעקענישן, ווי טיכלעך און יאַרמלקעס, אין אַלע מלוכישע אָרגאַניזאַציעס, אַרײַנגערעכנט די שולן און שפּיטעלער. לויטן זעלבן געזעץ, קאָנען די שפּיטעלער, מעגלעך, פֿאַרלירן דאָס רעכט צו באַזאָרגן די פּאַציענט מיט כּשר עסן.
אינעם עפּיצענטער פֿון די סתּירותדיקע פּאָליטישע חידושים געפֿינט זיך די קליינע חסידישע גרופּע „לבֿ טהור‟, וועלכע ווערט איצט פֿאַרדעכטיקט אין כּלערליי עבֿירות — דער עיקר, אינעם שלאָגן און באַעוולען זייערע קינדער, ווי אויך געבן זיי אַ שוואַכע דערציִונג. דערווײַל האָט מען נישט געפֿונען קיין ערנסטע ראַיות פֿון פֿאַרברעכנס אין דער דאָזיקער קהילה. די מהומה קעגן איר איז באַגרינדעט אויף אומבאַשטעטיקטע קלאַנגען און באַשולדיקונגען פֿון געוויסע יחידים אין ברוטאַלע געשלעגן. די עיקר־סיבה איז זייער אומגעוויינטלעכער לעבנס־שטייגער, אויסזען און צווייפֿלהאַפֿטיקע מאַרגינאַלע רעפּוטאַציע.
מיט 16 יאָר צוריק, האָט דער מחבר פֿון די שורות געהאַט אַ שײַכות צו דער דערמאָנטער גרופּע. דעמאָלט האָב איך זיך געלערנט, במשך פֿון עטלעכע חדשים, אין דער לאָנדאָנער רוסישער ישיבֿה „רוח נכון‟, וועלכע איז געגרינדעט געוואָרן ווי אַן אָרטיקער גילגול פֿון „לבֿ טהור‟. דער צענטער פֿון דער עיקר־חבֿרה, בראָש מיט הרבֿ שלמה העלבראַנץ, איז דעמאָלט געווען אין מאָנסי. מיט עטלעכע יאָר פֿאַר דעם, איז העלבראַנץ אָפּגעזעסן אַ פּאָר יאָר אין אַן אַמעריקאַנער טורמע פֿאַרן נישט אומקערן אַ 13־יאָריק ייִנגל, שי פֿימאַ, צוריק צו זײַנע עלטערן. דאָס ייִנגל אַליין האָט, לויט זײַנע ווערטער, געוואָלט בלײַבן מיט „לבֿ טהור‟.
דאָס פֿאָלגן דעם רבין אָן קיין קשיאות האַלטן די „לבֿ־טהורניקעס‟ פֿאַר דער גרעסטער מיצווה. דערצו, ווי עס גיבן איבער אַ צאָל קוואַלן, זענען צווישן זיי אָנגענומען פֿאַרשיידענע סיגופֿים — פֿיזישע און פּסיכאָלאָגישע זעלבסט־פּײַנונגען, וואָס ווערן באַטראַכט ווי מיסטישע תּיקונים. מיט 300 יאָר צוריק זענען אַזעלכע הנהגות געווען באַקאַנט אין אַ סך ייִדישע קהילות, צווישן די סאַמע פֿרומע; הײַנט אָבער, איז געבליבן ברייט פֿאַרשפּרייט בלויז דער מינהג צו קריגן סימבאָלישע מלקות ערבֿ יום־כּיפּור.
הערבראַנץ איז אַ סתּירותדיקער, אָבער זייער אַ כאַריזמאַטישער פּערסאָנאַזש. ווען מע האָט אים אַרעסטירט פֿאַרן פֿאַרכאַפּן דאָס ייִנגל, האָט ער זיך במסירת־נפֿש אָפּגעזאָגט אָפּגעגאָלט צו ווערן, און האָט איבערצײַגט די תּפֿיסה־אַדמיניסטראַציע איבערצולאָזן זײַן באָרד און זי אויסצומעקן אויף דער פֿאָטאָגראַפֿיע דורך אַ קאָמפּיוטער; על־פּי־געזעץ, טאָרן די מענער אויף די אַמעריקאַנער טורמע־פֿאָטאָגראַפֿיעס נישט האָבן קיין בערד.
זײַן חבֿרה האָט געשפּילט אַן אַקטיווע ראָלע אינעם פֿאַרשפּרייטן צווישן אַ טייל פֿרומע פֿרויען אין בית־שמש און אַנדערע שטעט די מאָדע צו טראָגן „פֿרומקעס‟ — לאַנגע שוואַרצע בגדים מיט צוגעדעקטע פּנימער, וואָס דערמאָנען אין די מוסולמענישע בורקעס. נישט געקוקט אויף זײַנע אומגעוויינטלעכע הנהגות, איז העלבראַנץ טאַקע אַ גרויסער תּלמיד־חכם, וועלכער האָט אָנגעשריבן עטלעכע ספֿרים מיט אַ קבלהדיקן און מוסרדיקן טעם.
די „קוועבעקישע פּאַרטיי‟ האָט קלוג אויסגעקליבן דעם צילברעט פֿון איר פּראָפּאַגאַנדע קעגן דעם באַנוץ פֿון רעליגיעזע סימבאָלן. ווייניק ייִדן ווילן פֿאַרטיידיקן „לבֿ טהור‟ — אַ קליינע, איזאָלירטע, גאָר מאַרגינאַלע און דערצו שאַרף אַנטי־ציוניסטישע חבֿרהלע פֿון אַרום 40 משפּחות מיט אַ צווייפֿלהאַפֿטיקער רעפּוטאַציע און אַ כּמו־מוסולמעניש פּנים. אַ סך הויפּט־שטראָמיקע ייִדישע טוער שעמען זיך, אַז אַזאַ גרופּע עקזיסטירט אין קאַנאַדע בכלל, און ווילן שוין לאַנג פֿון איר פּטור ווערן. דערפֿאַר, האָבן די קוועבעקער פּאָליטיקער געקאָנט אָנלערנען „לבֿ טהור‟ אַ שטראָף־לימוד אָן קיין מערקווירדיקער רעאַקציע, שאַפֿנדיק דערבײַ אַ פּאָליטישן קאַפּיטאַל, וואָס מע קאָן אויסנוצן קעגן די פֿרומע ייִדן בכלל, מוסולמענער און אימיגראַנטן. די לאָגיק פֿון אַזאַ אויסקלײַב דערמאָנט די אַלטע אַנטיסעמיטישע בלוט־בילבולים. צווייפֿלהאַפֿטיקע קלאַנגען וועגן אַ פּאָר ייִדן אין עפּעס אַ דערפֿל ווערן באַטראַכט ווי אַן אַלגעמיינער מוסטער פֿון „געפֿערלעכע‟ חסידים.
צוליב די רדיפֿות, זענען העלבראַנצס חסידים, בראָש מיט זייער רבין, אַנטלאָפֿן פֿון זייער געוועזענעם צענטער, דאָס קוועבעקישע שטעלט סאַנט־אַגאַט, קיין טשאַטאַם־קענט, אָנטאַריאָ. דעם 7טן מאַרץ האָט די צײַטונג „האָרץ‟ איבערגעגעבן, אַז די קאַנאַדער רעגירונג וויל זיי דאָרטן אויך נישט לאָזן צו רו, און פּרוּווט אָפּצונעמען אַלע זייערע קינדער. אַ צאָל פֿון זיי זענען אַנטלאָפֿן אַזש קיין גוואַטעמאַלע.
די פּרעסע־אַרטיקלען וועגן „לבֿ טהור‟ זענען פֿול מיט ווילדע בילבולים, צווייפֿלהאַפֿטיקע קלאַנגען און גוזמאות. למשל, מע גיט איבער, אַז די „לבֿ־טהורניקעס‟ גלייבן, אַז אַ ייִדיש מיידל קאָן, טעאָרעטיש, חתונה האָבן בײַ 12 יאָר. גוואַלד, געפֿערלעך! ישר־כּוח, נאָר דאָס איז אַ באַקאַנטער יסוד פֿון ייִדישקייט; אַ בת־מיצווה־מיידל איז טאַקע, אין פּרינציפּ, אַ דערוואַקסענע פֿרוי אין אַלע אַספּעקטן. קלאַנגען וועגן אַ קאָנקרעטער חתונה פֿון אַ 14־יאָריק מיידל מיט עטלעכע יאָר צוריק קלינגען אויך איבערגעטריבן. געזעצלעך צי נישט, דאַרף מען נעמען אין באַטראַכט, אַז ביזן יאָר 2008 האָט מען אין קאַנאַדע געקאָנט חתונה האָבן אין אַזאַ עלטער, און סעקסועלע באַציִונגען צווישן בר־מיצווה־קינדער זענען אינגאַנצן געזעצלעך.
מיט צוויי חדשים צוריק, האָט „לאַ פּרעס‟ פּובליקירט אַן אַרטיקל, וואָס הייבט זיך אָן פֿון אַ ווילד אויסטראַכטעניש — אַז די „לבֿ־טהורניקעס‟ קלײַבן זיך, כּלומרשט, זיך צו נעמען דאָס לעבן אויף אַ מאַסן־שטייגער. די מחברטע דערציילט, אַז בעת זייער נסיעה פֿון קוועבעק קיין אָנטאַריאָ האָט דער שאָפֿער דערזען אַ „שרעקעדיק‟ בילד: אַ סך וויינענדיקע קינדער, וועלכע האָבן זיך אויסבאַהאַלטן אונטער די לאַנגע שוואַרצע קליידער פֿון זייערע מאַמעס. דאָס, וואָס די מענער אין דער דאָזיקער קהילה רירן נישט אָן זייערע נידה־ווײַבער, און אַז די פֿרויען שטרעבן כּסדר צו באַשטימען די צײַט פֿון זייער אָוווּלאַציע, ווערט געשילדערט ווי אַ שרעקלעכע עוולה. עס מאַכט זיך אַן אײַנדרוק, אַז דאָס האָבן אַ סך קינדער איז שוין אַ געפֿערלעכע עוולה, לויטן אַרטיקל.
אַ טייל אויסטראַכטענישן זענען אינגאַנצן אומלאָגיש. די זעלבע מחברטע טענהט, אַז אַלע פֿרויען און מיידלעך אין דער קהילה טראָגן לאַנגע קליידער ביז דר׳ערד און דיקע שוואַרצע זאָקן; אין דער זעלבער צײַט, שילדערט זי גאַנץ פּרטימדיק די בלויע פֿלעקן און אינפֿעקציעס, וואָס מע זעט אויף זייערע פֿיס. האַ? כּדי צו מאַכן די מעשׂה שׂכלדיק, וואָלט זי געדאַרפֿט צוגעבן, אַז די זאָקן און קליידער זענען געווען געפֿערלעך צעריסן.
די לאַנגע כּמו־מוסולמענישן בגדים זענען שוין אַליין אַ געפֿערלעכע סימן פֿאַר דער פּרעסע. אין נאָוועמבער, האָט „Jerusalem Post‟ פֿאַרעפֿנטלעכט דאָס ווילדע אויסטראַכטעניש, אַז די „לבֿ־טהורניקעס‟ האָבן געוואָלט אַוועקלויפֿן קיין איראַן. וואָס עפּעס איראַן? אַפּנים, ווײַל אַזעלכע מלבושים זענען דאָרטן מער פּאַסיק, ווי אינעם „טאָלעראַנטן‟ קוועבעק. מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז זיי זענען אַנטלאָפֿן בלויז קיין אָנטאַריאָ.
דעם 11טן מאַרץ, האָט די קאַנאַדער נײַעס־אַגענטור „Globalnews‟ איבערגעגעבן, אַז דרײַ געפֿערלעך אויסגעהונגערטע קינדער פֿון די „לבֿ־טהורניקעס‟, וואָס די רעגירונג־דינסטן האָבן זיי צוגענומען פֿון דער משפּחה, זענען געבראַכט געוואָרן אין שפּיטאָל צוליב דעם, וואָס זיי האָבן דערקלערט אַ הונגער־שטרײַק, פֿאָדערנדיק זיי אומצוקערן צו די משפּחות. דער דירעקטאָר פֿונעם צענטער, וווּ די יונגע שטרײַקער געפֿינען זיך, האָט באַטאָנט, אַז ער זאָרגט זיך וועגן דעם גורל פֿון די אַנדערע צוגענומענע קינדער, און פֿאָרט באַשולדיקט ער אין דעם זייער קהילה.
צווישן דער כוואַליע פֿון גוזמאות און בילבולים, האָט זיך דעם 11טן מאַרץ באַוויזן אַ גאַנץ אַדעקוואַטער אַרטיקל אויף דער באַקאַנטער ליובאַוויטשער וועבזײַט Crownheights.info. דער אַנאָנימער מחבר וואָרנט די לייענער, אַז ער איז נישט מסכּים מיטן לעבנס־שטייגער פֿון די „לבֿ־טהורניקעס‟, אָבער פֿאַרגלײַכט די מלוכישע רדיפֿות קעגן זיי מיט דער אַמאָליקער צאַרישער גזירה אין רוסלאַנד, לויט וועלכער די רעגירונג האָט געצוווּנגען אַ טייל ייִדישע קינדער — די קאַנטאָניסטן — צו דינען אין דער אַרמיי.
ווי געזאָגט, בין איך געווען אַמאָל פֿאַרבונדן מיטן לאָנדאָנער רוסישן גילגול פֿון „לבֿ טהור‟. דער שטרענגער כּמו־סטאַליניסטישער גײַסט פֿון דער דאָזיקער באַוועגונג איז מיר באַלד נימאס געוואָרן. צענדליקער בעל־תּשובֿות, אַרײַנגערעכנט גאַנץ אינטעליגענטע רוסישע ייִדן, זענען אָבער יאָ צופֿרידן דערמיט.
למה הדבֿר דומה? מיט וואָס קאָן מען דאָס פֿאַרגלײַכן? אין קוועבעק זענען פֿאַראַן צענדליקער קלובן, וווּ מענטשן פֿאַרנעמען זיך מיט סיגופֿים צוליב סעקסועלער הנאָה, אַרײַנגערעכנט דעם אָרטיקן צווײַג פֿון דער גאַנץ העדאָניסטישער ייִדישער חבֿרה „קינקי דזשוס‟. מילא, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, מעג אין דער הײַנטיקער וועלט אויך זײַן אַ מין פֿרומע ווערסיע פֿון אַזאַ קלוב, וווּ דער עולם האַלט אַזעלכע הנהגות פֿאַר גרויסע תּיקונים.
די בורקעס, חומראות, סודות און סתּירות, סאַדאָ־מאַזאָכיסטישע נטיות און הנהגות, דער פּערזענלעכקייט־קולט פֿונעם מנהיג זענען נישט קיין תּירוץ פֿאַר רדיפֿות קעגן דער גאַנצער גרופּע. פֿאַרוואָס זאָל אַ כּמו־סטאַליניסטישער וואַריאַנט פֿון נעאָ־חסידות נישט האָבן דאָס רעכט צו עקזיסטירן, אויב די דערוואַקסענע ווילן אַליין פֿירן אַזאַ לעבן?
איך גלייב, אַז אַ טייל דערציילונגען וועגן ברוטאַלע מעשׂים אין „לבֿ טהור‟ קאָנען זײַן אמת. דערווײַל בלײַבט אָבער קלאָר, אַז די קאַנאַדער רעגירונג האָט באַהאַנדלט זייערע קינדער מיט אַ ברוטאַלער אומסענסיטיווקייט. און ס׳איז אויך קלאָר, אַז כּל־זמן מע האָט נישט קיין קלאָרע ראַיות פֿון עכט פֿאַרברעכערישע כּללים אין דער גאַנצער גרופּע, בלײַבן די רדיפֿות און בילבולים קעגן „לבֿ־טהור‟ סתּם קסענאָפֿאָביש און אַנטיסעמיטיש, פֿעסט פֿאַרבונדן מיט די אַנטי־אימיגראַנטישע און נאַציאָנאַליסטישע שטימונגען אין קוועבעק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.