די רעפֿאָרם־באַוועגונג איז געווען די ערשטע אינסטיטוציע אויסצושולן פֿרויען אויף ראַבינער, און שטאָלצירט זיך מיט דעם וואָס זי גיט פֿרויען די זעלבע רעכט ווי מאַנסבילן. פֿון דעסטוועגן, איז איר אָנגעקומען זייער שווער צוצוציִען מיידלעך צו איר נײַעם זומער־לאַגער געווידמעט דער וויסנשאַפֿט און טעכנאָלאָגיע.
צווישן די 120 קינדער, וועלכע האָבן זיך דערווײַל פֿאַרשריבן אויף דער Six Points Sci-Tech Academy, לעבן באָסטאָן, זענען בלויז 18 פֿון זיי מיידלעך. דער לאַגער איז איינער פֿון פֿיר ספּעציעלע ייִדישע זומער־לאַגערן, וואָס ווערן געגרינדעט דעם זומער, אַ דאַנק דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון דער „פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישע זומער־לאַגערן‟.
„פֿרויען פֿאַר רעפֿאָרם־יודאַיִזם‟, די דאַך־אָרגאַניזאַציע פֿון אַלע שוועסטערשאַפֿט־קלובן אין די אַמעריקאַנער רעפֿאָרם־טעמפּלען, האָפֿט, אַז זי האָט געפֿונען אַ מיטל צו לייזן די פּראָבלעם: זי האָט געשאָנקען דעם לאַגער 5,000 דאָלאַר, און געמאָלדן, אַז די ערשטע 10 מיידלעך, וואָס רעגיסטרירן זיך פֿאַרן 30סטן אַפּריל וועלן באַקומען סובסידיעס פֿון 500 דאָלאַר. כּדי אַרײַנצוקומען אינעם לאַגער, דאַרפֿן די מיידלעך זײַן צווישן דעם פֿינפֿטן און אַכטן קלאַס, און אַ מיטגליד פֿון אַ רעפֿאָרם־סינאַגאָגע.
אין אַ פּרעסע־קאָמוניקאַט, האָט בלער מאַרקס, די פּרעזידענטין פֿון די „פֿרויען פֿאַר רעפֿאָרם־יודאַיִזם‟, דערקלערט: „ווי איך ווייס פֿון מײַן אייגענער דערפֿאַרונג, איז זייער וויכטיק, אַז מיידלעך זאָלן זיך פֿילן באַקוועם אין די פֿאַכן, וואָס ציִען צו אַ סך מער מענער ווי פֿרויען. מע דאַרף זיי ווײַזן, אַז דאָס לייזן אַ וויסנשאַפֿטלעך אָדער טעכנאָלאָגיש רעטעניש איז נישט אַזוי שווער ווי עס זעט אויס, נאָר פֿאַרקערט — דווקא אַ געלעגנהייט זיך אויסצולערנען עפּעס נײַס.‟
אַ צווייטער ייִדישער זומער־לאַגער, וואָס עפֿנט הײַיאָר זײַנע טויערן, וועט אויסלערנען אַ גרופּע תּלמידים פֿונעם זיבעטן ביזן צוועלפֿטן קלאַס ווי אַזוי צו אַנטוויקלען אַ נײַ געשעפֿט.
די פֿירער פֿונעם לאַגער, Camp Inc, וואָס געפֿינט זיך לעבן באָלדער, קאָלאָראַדאָ, וועלן אויסקלײַבן די יונגע־לײַט, וועלכע לייגן פֿאָר די שאַפֿערישסטע געדאַנקען פֿאַר אַ נײַ געשעפֿט. במשך פֿון דרײַ וואָכן, וועט מען זיי טרענירן, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, ווי אַזוי צו רעאַליזירן זייערע חלומות. די קינדער וועלן הערן לעקציעס פֿון געניטע געשעפֿטסלײַט; אַרומפֿאָרן זען די אָרטיקע געשעפֿטן, און זיך באַטייליקן אין אַ וועכנטלעכן קאָנקורס.
ביידע זומער־לאַגערן וועלן אויך אויסטיילן סובסידיעס פֿאַר קינדער, וואָס זייערע משפּחות נייטיקן זיך אין פֿינאַנציעלער שטיצע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.