דער איראַנישער הויפּט־רבֿ, יוסף האַמאַדאַני־כּהן, איז ניפֿטר געוואָרן. די העברעיִשע וועבזײַט „כּיכּר השבת‟ האָט איבערגעגעבן, אַז זונטיק, דעם 30סטן מאַרץ, האָט מען אים באַערדיקט אין איראַן. לויט דער אַמעריקאַנער נײַעס־אַגענטור „איי־פּי‟, האָט דער ייִדישער דעפּוטאַט פֿונעם איראַנישן פּאַרלאַמענט, סיאַמאַק מאָרסאַדעק, אָפֿיציעל דערקלערט, אַז דער 98־יאָריקער רבֿ איז געשטאָרבן.
דער רבֿ האָט געדינט ווי דער גײַסטיקער מנהיג פֿון דער ייִדישער קהילה אין איראַן, אָנהייבנדיק פֿון 1994. אין די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן איז ער אָבער געווען זייער קראַנק. אַ סך איראַנישע ייִדן האָבן געביטן זייער סטאַטוס־זײַטל אינעם „פֿייסבוק‟ און געמאָלדן, אַז זייער קהילה האָט „פֿאַרלוירן איר קרוין‟.
דער פּלימעניק פֿונעם רבֿ, וועלכער וווינט אין ישׂראל און האָט דעם זעלבן נאָמען, ווי דער פֿעטער, האָט אינעם שמועס מיט „כּיכּר השבת‟ געזאָגט, אַז סײַ די ייִדישע קהילה, סײַ די אַלגעמיינע באַפֿעלקערונג פֿון איראַן, האָט זיך באַצויגן מיט דרך־ארץ צום הויפּט־רבֿ.
דער פּלימעניק גלייבט, אַז נאָך זײַן פֿעטערס פּטירה וועט די ייִדישע קהילה אין איראַן בלײַבן ווײַטער שטאַרק. נישט ווייניק אָרטיקע ייִדן לערנען תּורה; נישט געקוקט אויף געוויסע פּראָבלעמען, ווערט די קהילה אָפֿיציעל געשטיצט.
הרבֿ יוסף האַמאַדאַני־כּהן ז״ל האָט זיך געפֿונען אין אַ נאָענטער באַציִונג מיט דער איראַנישער רעגירונג. אינעם יאָר 2000, האָט ער זיך צום ערשטן מאָל געטראָפֿן מיטן פּרעזידענט מאָהאַמאַד כאַטאַמי; אינעם יאָר 2003, האָט ער פֿאַרבעטן כאַטאַמי אין זײַן שיל „יוסף אַבאַד‟. אויף וויפֿל מע ווייסט, איז דאָס געווען דער ערשטער וויזיט פֿון אַן איראַנישן פּרעזידענט אין אַ שיל זינט דער איסלאַמישער רעוואָלוציע.
הײַנט וווינען אין איראַן בערך 25,000 ייִדן. אַחוץ ישׂראל, איז עס די גרעסטע ייִדישע קהילה אינעם מיטל־מיזרחדיקן ראַיאָן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.