דזשאָן קערי און סערגיי לאַווראָוו, די אויסערן-מיניסטאָרן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און רוסלאַנד, האָבן זונטיק אין פּאַריז אָפּגעדברט גוטע פֿיר שעה, זוכנדיק אַ לייזונג, אָדער לכל-הפּחות אַן אָנוווּנק פֿון אַ לייזונג, פֿאַר דעם שאַרפֿן אוקראַיִניש-רוסישן קריזיס. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז מאָסקווע פּרוּווט אָנטאַפּן פֿאַר זיך אַ שיינעם אויסוועג, וועלכער זאָל ווײַזן דעם רוסישן עולם, אַז וולאַדימיר פּוטין האָט זיי געבראַכט אַ נײַעם נצחון.
מאָסקווע וויל אויספֿאָדערן פֿון קיִעוו עס זאָל איבערגעניצעוועט ווערן די אוקראַיִנישע קאָנסטיטוציע, כּדי אוקראַיִנע זאָל ווערן אַ פֿעדעראַטיווע מדינה. ווי עס טענהט פּוטינס פּראָפּאַגאַנדע, וועט אויף אַזאַ אופֿן פֿאַרבעסערט ווערן די לאַגע פֿון דער רוסיש-רעדנדיקער באַפֿעלקערונג. אין דער אמתן, וועט עס נאָר עפֿענען פֿאַר רוסלאַנד אַ מעגלעכקייט צו שרײַען ווײַטער, אַז אוקראַיִנע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ צופֿעליק-צונויפֿגעשטוקעוועטע מדינה, און דאָס קען דינען ווי אַ תּירוץ פֿאַר איבערצוחזרן דעם קונץ, וואָס מע האָט שוין אָפּגעטאָן מיט קרים.
עס גלייבט זיך ניט, אַז אוקראַיִנע וועט אָננעמען פּוטינס פֿאָדערונגען, בפֿרט נאָך אַז זי האָט אויף איר זײַט אַמעריקע און די מערבֿדיקע וועלט בכלל. ווי אַ פּועל-יוצא, וועט רוסלאַנד אויך ווײַטער ניט אויפֿהערן צו טאָן אַלץ, כּדי צו שטערן דורכצופֿירן די פּרעזידענטישע וואַלן דעם 25סטן מײַ, ווײַל נאָך די דאָזיקע וואַלן וועט שוין זײַן ניט אַזוי גרינג צו טענהן, אַז דאָס לאַנד האָט ניט קיין לעגיטימע פֿירערשאַפֿט. דערווײַל הערט ניט אויף די רוסישע פּראָפּאַגאַנדע-מאַשין פֿאָרצושטעלן אוקראַיִנע ווי אַ לאַנד, וואָס איז פֿאַקטיש קיין לאַנד ניט, וווּ עס הערשט כאַאָס, וווּ די מאַכט איז אין די הענט פֿון נאַציסטישע באַנדעס, און אַזוי ווײַטער. קיין ברעקל אינפֿאָרמאַציע, וואָס ווײַזט אַן אַנדער בילד פֿון געשעענישן אין אוקראַיִנע, ווערט ניט צוגעלאָזט צו דער הויפּטשטראָמיקער מעדיאַ.
עס ווערט אויך ווײַטער עקספּלואַטירט דער סטערעאָטיפּ פֿון אוקראַיִנישן אַנטיסעמיטיזם, כאָטש די רעאַליטעט ווײַזט גאָר אַן אַנדער, זייער אַ מאָדנעם מצבֿ. קודם-כּל, זעט מען ניט קיין שטראָם ייִדישע פּליטים פֿון אוקראַיִנע. דאַכט זיך, אַז אויב דער הימל איז שוין בײַ דער ערד (אַזוי זעט עס אויס אין דער רוסישער אָפּשפּיגלונג), דאַרף מען לויפֿן, ראַטעווען דאָס לעבן. בפֿרט נאָך, אַז מע קען פּשוט קויפֿן אַ בילעט און געפֿינען אַ מקום-מיקלט אין ישׂראל. אַפֿילו קיין וויזע דאַרף מען ניט אויספֿאַרטיקן. אָבער ניין, מע פֿאָרט ניט.
אַ באַזונדערס פּאַראַדאָקסאַלע זאַך זעט מען, ווען מע קוקט זיך צו צו די פּרעזידענטישע קאַנדידאַטן. איינער פֿון זיי טראָגט פּשוט דעם פֿאַמיליע-נאָמען ראַבינאָוויטש. ער שטייט בראָש דעם אַל־אוקראַיִנישן ייִדישן קאָנגרעס, וואָס איז אפֿשר ניט אַזוי „אַל־אוקראַיִניש‟, ווײַל עס זײַנען דאָ נאָך אַנדערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, וועלכע טראָגן גרויסאַרטיקע נעמען. אַ שטייגער, אַן אַנדער ביליאָנער, איגאָר קאָלאָמויסקי, קאָמאַנדעוועט מיט איינעם פֿון אַזאַ פֿאַראיין. ער איז איצט אויך דער גובערנאַטאָר פֿון דער דניפּראָפּעטראָווסקער געגנט, וואָס איז אַ וויכטיקער אינדוסטריעלער צענטער אין מיזרח-אוקראַיִנע.
וואָס שייך וואַדים ראַבינאָוויטשן, איז ער נאָך יענער צאַצקע — געווען אַ לינקער געשעפֿטמאַכער אין די סאָוועטישע צײַטן, ווען ער איז געזעסן עטלעכע יאָר אין תּפֿיסה. שפּעטער איז ראַבינאָוויטש געוואָרן ערנסט רײַך. זײַן נאָמען האָט אַ מאָל געקלונגען אין אַמעריקע — ער האָט געהאַט געקויפֿט די ניו-יאָרקער רוסישע צײַטונג “נאָוואָע רוסקאָיע סלאָוואָ”, אָבער קיין דערלויבעניש אַרײַנצופֿאָרן קיין אַמעריקע האָט מען אים ניט געגעבן. די 99־יאָריקע צײַטונג איז דעם 10טן אַפּריל 2009 אונטערגעגאַנגען. אָבער דאָס האָט ניט פֿאַראָרעמט ראַבינאָוויטשן.
ווײַל ראַבינאָוויטש איז אַ קאַנדידאַט פֿאַר זיך אַליין, פֿון זײַן אייגענער חוצפּה, איז מיכאַיִל דאָבקין אויסגעוויילט געוואָרן פֿאָרצושטעלן אויף די וואַלן די „פּאַרטיי פֿון רעגיאָנען‟, וואָס איז ביז לעצטנס געווען די פֿירנדיקע פּאַרטיי אין לאַנד, די באַזע פֿאַרן פֿריִערדיקן פּרעזידענט וויקטאָר יאַנוקאָוויטש, וועלכער באַהאַלט זיך ערגעץ אין רוסלאַנד. דאָבקין איז אין יאַנוקאָוויטשעס צײַטן געווען דער גובערנאַטאָר פֿון דער כאַרקאָווער געגנט און האָט פֿאַרלאָזט די שטעלע, כּדי צו קענען זיך באַטייליקן אין די וואַלן.
אַ סבֿרא, אַז ניט דאָבקין און ניט ראַבינאָוויטש וועלן אין דעם פֿאַרמעסט באַקומען ווייניק רעלאַטיווע שטימען. די בעסטע שאַנסן צו געווינען אין די וואַלן האָט הײַנט צו טאָג גאָר אַן אַנדער קאַנדידאַט — פּיאָטר פּאָראָשענקאָ. דער דאָזיקער 48־יאָריקער מאַנסביל איז אַ דורכגעטריבענער פּאָליטיקער און מלוכישער פֿונקציאָנער. אין פֿאַרשיידענע יאָרן האָט ער אָנגעפֿירט מיטן נאַציאָנאַלן באַנק, מיטן ראָט פֿון נאַציאָנאַלער זיכערקייט, מיטן אויסערן-מיניסטעריום און מיטן מיניסטעריום פֿון עקאָנאָמיע און האַנדל. דערצו איז ער אַ ביליאָנער, איינער פֿון די רײַכסטע בירגער פֿון אוקראַיִנע. באַזונדערס גוט זײַנען באַקאַנט זײַנען שאָקאָלאַדן, וואָס הייסן „ראָשען‟, וואָס שטאַמט פֿון זײַן נאָמען (פּאָ)ראָשענ(קאָ).
ס׳איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אַז פּאָראָשענקאָ איז דער פֿאַמיליע-נאָמען פֿון דער מוטער פֿון אָט דעם טוער. זײַן פֿאָטערס נאָמען קלינגט לחלוטין אַנדערש — וואַלצמאַן. אמת, פּאָראָשענקאָ האַלט זיך פֿאַר אַן אוקראַיִנער און האָט געפֿאָדערט בײַם ישׂראלדיקן נוסח פֿונעם זשורנאַל „פֿאָרבס‟, מע זאָל אים אויסמעקן פֿון דער רשמה פֿון די רײַכסטע ייִדן. דאָך ווייסט דער עולם, אַז זײַן אוקראַיִנישקייט איז נאָר אַ האַלבע, אָבער עס זעט אויס, אַז דאָס מאַכט אים ניט ווייניקער פּאָפּולער. בפֿרט נאָך, אַז דער צווייטער פּאָפּולערער קאַנדידאַט, וויטאַלי קליטשקאָ (בײַ אים איז נאָר איין באָבע אַ ייִדישע), איז אַרויס פֿון דעם פֿאַרמעסט, כּדי צו פֿאַרשטאַרקן פּאָראָשענקאָס פּאָזיציע. קליטשקאָ האָט זיך אָנגעצילעוועט אויף דער שטעלע פֿונעם קיִעווער מייאָר.
אָט אַזאַ מצבֿ, ווײַט ניט קיין סטערעאָטיפּישער, מאָלט זיך אויס אין אוקראַיִנע. כאַראַקטעריסטיש, אַז אַנטיסעמיטישע אַרויסזאָגונגען הערט מען לעצטנס, דער עיקר, בעת פּראָ־רוסישע צונויפֿקומענישן, ווען דער המון פֿאָדערט צו באַפֿרײַען זיי פֿון דער איצטיקער „ציוניסטישער ממשלה‟. עס גייען דאָך אַרום קלאַנגען, אַז דער הײַנטיקער פּרעמיער-מיניסטער, אַרסעני יאַצעניוק, איז אַ שטיקל ייִד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.