נײַעס פֿון וואַרשע

News From Warsaw

דער ייִדישער קהילה־צענטער אין וואַרשע
דער ייִדישער קהילה־צענטער אין וואַרשע

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published April 01, 2014, issue of April 25, 2014.

קהילה־צענטער ציט צו יונגע ייִדן

דער ייִדישער קהילה־צענטער אין וואַרשע דערגרייכט גרויס דערפֿאַָלג מיט אַ נײַער איניציאַַטיוו. יעדן שבת, אַרום מיטאַָגצײַט, קומט זיך צונויף אַ גרופּע ייִדן, ס׳רובֿ יונגע, כּדי צו עסן ייִדישע מאכלים און כאַפּּן אַ שמועס אינעם נײַעם ייִדישן קהילה־צענטער אויף דער כמיעלנער גאַַס.

די אינציאַַטיוו הייסט „בוקר טובֿ‟, וואַָס מיינט, ווי מיר אַלע ווייסן, „גוט־מאַָרגן‟ אויף העברעיִש.

אין אַמעריקע הייסט אַַזאַַ סעודה בראַַנטש, דאַָס הייסט האַַלב־BREAKFAST, האַַלב־LUNCH. אַַגאַַטאַַ ראַקאַָוויעצקאַ, פֿונעם ייִדישן קהילה־צענטער, זאַָגט, אַז עסן איז פֿון תּמיד אַָן געווען אַַ גוטער מיטל צו שאַַפֿן חבֿרשאַַפֿט צווישן מענטשן בכלל, און ייִדן בפֿרט. נאַָך אַַ מעלה פֿון „בוקר טובֿ‟ — עס איז אַָפֿן פֿאַַר אַַלעמען, פֿרומע און פֿרײַע, אַָרטאַָדאַָקסן און רעפֿאַָרמער.

ס׳רובֿ ייִדן אין פּוילן זענען אָפּגעפֿרעמדט פֿון דער ייִדישער רעליגיע און פֿילן זיך נישט אין דער היים אין אַַ שיל. קאַַיאַַ, אַ יונגע ייִדישע פֿרוי, איז לעצטנס געקומען מיט איר מאַַמען. מאַַמע און טאַָכטער טראַָגן ביידע מגן-דודלעך, אַָבער זענען נישט פֿרום און דאַַווענען נישט אין קיין שום סינאַגאָגע. דאַָ אין „בוקר טובֿ‟ האַָבן זיי ליב די היימישע אַטמאַָספֿער. זיי פֿילן זיך ווי בײַ זיך אין דער היים. זיי האַָבן הנאה צו פֿאַרברענגען צײַט אויף אַזאַ אופֿן מיט אַַנדערע ייִדן.

די וואַָס ווילן עפּּעס אויפֿטאַָן אין פּּוילן אין שײַכות מיטן ייִדישן לעבן הערן אַָפֿט מאַָל טענות, אַז ס’איז נישטאַָ פֿאַַר וועמען. צו וואַָס דאַרף מען שאַַפֿן אַ קינדער־טעאַטער? קיין ייִדישע קינדער זענען נישטאַָ. צו וואַָס דאַַרף מען שאַַפֿן אַ ייִדיש־לייענקרײַז — קיין ייִדישע לייענערס זענען נישטאַָ. און נאַָך און נאַָך ענלעכע טענות. קומט דער ייִדישער קהילה־צענטער און ווײַזט אונדז, אַז ייִדישע קונים זענען יאַָ פֿאַראַן — מען דאַַרף נאַָר האַָבן אַ גוטע סחורה.

***

אונטערנעמונג געווידמעט דעם שרײַבער, יעזשי קאָשינסקי

דער ייִדישער טעאַַטער אַָרגאַניזירט קולוטורעלע באַַגעגענישן געווידמעט פֿאַרשיידענע שרײַבער, אַקטיאַָרן, רעזשיסאַָרן וכדומה.

די לעצטע קולטורעלע אונטערנעמונג אינעם ייִדישן טעאַטער — זונטיק, דעם 30סטן מאַַרץ — איז געווידמעט געוואַָרן דעם שרײַבער, יעזשי קאַָשינסקין. קאַָשינסקי איז באַַגאַַנגען זעלבסטמאַָרד אין זײַן ניו-יאַָרקער דירה דעם דריטן מײַ 1991.

לעאַפּּאַָלד רענע נאַָוואַק האַָט גערעדט וועגן קאַָשינסקי, וואַָס איז געווען זײַן חבֿר במשך פֿון פֿערציק יאַָר. קאַָשינסקי האַָט אים טאַקע אַָנגעקלונגען די נאַכט פֿאַר זײַן זעלבסטמאַָרד.

קאַָשינסקיס אמתער נאַָמען איז געווען יוסף לעווינקאַָפּף. ער איז געבוירן געוואַָרן אין לאַָדזש אין יאַָר 1933 און געווען אַַ קינד פֿון זעקס יאַָר, ווען די דײַטשן האַָבן אײַנגענומען פּּוילן. טאַטע-מאַמע און ער זענען ניצול געבליבן אַַ דאַַנק פֿאַַלשע אַרישע פּאַפּירן. ס׳איז נישט קיין וווּנדער, אַַז די טעמעס, אידענטיטעט און פֿאַַלשע אידענטיטעט, זענען שפּעטער געוואַָרן אַ הויפּּט־מאָטיוו אין קאַָשינסקיס שאַַפֿן. זײַן בוך THE PAINTED BIRD דערציילט וועגן דעם לעבן פֿון אַ שוואַַרץ-האַָריקן ייִנגל, אַ ציגײַנער אַָדער אַַ ייִד, וואַָס לײַדט איובֿס יסורים, כּדי צו בלײַבן בײַם לעבן אין נאַַצי-פּּוילן.

זײַן צווייט בוך, BEING THERE, וואַָס האַָט כּלומרשט גאַָרנישט צו טאַָן מיטן חורבן, חזרט פֿון דעסטוועגן איבער די טעמע, אַַז וויכטיק איז נישט וואַָס מיר זענען, נאַָר ווי די וועלט זעט אונדז. דאַָס בוך דערציילט וועגן אַ גערטנער, וואַָס מאַכט אַַ גרויסע פּּאַָליטישע קאַריערע אין וואַַשינגטאַָן. דער גערטנער האַָט דעם שׂכל פֿון אַ קינד אַָבער קיינער באַמערקט דאַָס נישט. פּּונקט ווי קאַָשינסקי איז געבליבן בײַם לעבן ווײַל מען האַָט אים געהאַלטן פֿאַר אַ קריסט, האַָט זײַן העלד געמאַַכט אַַ געוואַַלדיקע קאַַריערע ווײַל מען האַָט אים געהאַַלטן פֿאַַר אַַ פּּאַָליטישן גאון.

דאַָס באַגעגעניש האַָט זיך געענדיקט מיט אַ פֿילם, וואַָס דער באַַוווּסטער פּּוילישער שרײַבער יאַַנוש גלאַָוואַַצקי האַָט געמאַַכט וועגן זײַן חבֿר, קאַָשינסקי.

יאַַנוש גלאַָוואַצקי, אַגבֿ, פֿאַַרטיידיקט קאַָשינסקי און זאַָגט, אַז ס’איז שווער צו האָבן טענות צו אַ מענטש, וואַָס האַָט ביזן סוף באַהאַלטן אַ סך פּּרטים וועגן זײַן לעבן. אַדאַָלף היטלער — זאַָגט גלאַָוואַַצקי — האַָט אים געלערנט נאַָך ווי אַ קינד, אַז ווער ס׳וויל בלײַבן בײַם לעבן, מוז באַַהאַַלטן זיין אמתע אידענטיטעט.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.