מײַן מזל, טרעף איך זיך דאָ אָן אין פֿלאָרידע אויף ייִדן פֿון דער גאַנצער וועלט. דאָס מאָל האָב איך באַגעגנט אַ ייִדן אין די זעכציקער, אַ געבוירענער אין קאַסעל, אין איינעם פֿון די „די־פּי‟־לאַגערן אין דײַטשלאַנד, נאָכן סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער ייִד וווינט הײַנט אין רוזוועלט, ניו־דזשוירזי, און הייסט שלמה מעצגער.
דאָס שטעטעלע רוזוועלט איז נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה געוואָרן אַרומגערינגלט מיט ייִדישע הינער־פֿאַרמען. ייִדן, שארית־הפּליטהניקעס, האָבן אָפּגעקויפֿט דעם באָדן און אויפֿגעשטעלט אַ פּרנסה אויף לאַנגע יאָרן.
ווי נאָר איך האָב דערהערט רוזוועלט, ניו־דזשוירזי, אַזוי איז מיר אויפֿגעשווומען פֿאַר די אויגן אַ לאַנג פֿאַרגאַנגענער זומער, ווען מיר, יונגע ייִדיש־רעדנדיקע פּאָר־פֿעלקער מיט קליינע קינדער, האָבן זיך דאָרט באַזעצט יענעם זומער, צווישן אונדז — די שעכטערס און די גאָטעסמאַנס, וועלכע האָבן געדונגען אַ כאַטע נישט ווײַט פֿון אונדז. דעמאָלט האָב איך זיך דערוווּסט פֿון די ייִדישע אײַנוווינער אין רוזוועלט, אַז זיי האָבן אָפּגעקויפֿט די הײַזער לויט אַ פּלאַן, ווען רוזוועלט האָט עס פֿאַרגעלייגט די ייִדן אין די דרײַסיקער יאָרן פֿאַר איין דאָלער אַ הויז. און דווקא שיינע, געראָטענע און פּראַקטישע הײַזער, מיט גערטנער און ביימער און בלומען.
די אײַנוווינער האָבן דאָרט אויפֿגעשטעלט אַן עכט ייִדיש שטעטל, נישט ווי די הײַנטיקע שטעטלעך, וווּ עס האָבן זיך באַזעצט לויטערע פֿרומע ייִדן. רוזוועלט האָט פֿאַרמאָגט אַ ייִדישע ביבליאָטעק, אַ פֿאַבריקל. (כ׳האָב געמיינט אַז אין דער פֿאַבריק מאַכט מען קנעפּלעך; ווײַזט זיך אַרויס אָבער, ווי דער רוזוועלטער חבֿרהמאַן האָט מיך אויסגעבעסערט, אַז מ’האָט דאָרט אויסגעאַרבעט זײַדנס.) דער באַרימטער מאָלער בען שאַן האָט אויסגעמאָלן אויף דער וואַנט פֿון דער רוזוועלטער גימנאַזיע אַ מאָזאַיִק, וואָס געפֿינט זיך דאָרט ביזן הײַנטיקן טאָג.
כ׳האָב זיך דערמאָנט וועגן דער וווּנדערלעכער טראַגי־איראָנישער באַשרײַבונג פֿונעם שטעטעלע רוזוועלט, פֿון משה נאַדיר.
איך האָב די איראָנישע הומאָרעסקע אויף ייִדיש אין דער היים, אין ניו־יאָרק, וועל איך פּרובירן ברענגען בלויז אַ פּאָר פּאַראַגראַפֿן דערפֿון און צוריק איבערזעצן די מעשה אויף ייִדיש פֿון ענגליש.
כ’ווייס נישט וויפֿל פֿון אונדזערע לייענער זײַנען באַקאַנט מיט די שריפֿטן פֿון משה נאַדירן, דעם אַמאָליקן, העכסט פּאָפּולערן סאַרקאַסטישן הומאָריסט; אַ לינקער, אַ פֿאַרברענטער קאָמוניסט, מיט אַ שאַרפֿער פּען, כאָטש נאָכן היטלער־סטאַלין פּאַקט האָט ער אויסגעדרייט זײַן דישעל און צוריק געוואָרן אַ מענטש מיט אַלע מענטשן גלײַך. זעט אויס, אַז ווען ער האָט געשריבן וועגן “רוזוועלט,” איז ער נאָך געווען אונטערן „סערפּ און האַמער‟.
אויף ייִדיש הייסט דאָס טרויעריק־הומאָריסטישע ווערק „רוזוועלט‟; אויף ענגליש: „געדאַנקען וועגן פֿערציק סענט.‟ און איך ציטיר:
„צוזאַמען מיט די פֿיש, וואָס מײַן ווײַב האָט מיר דערלאַנגט צום טיש, האָט זי מיר אויך צוגעשטעלט אַ ידיעה וועגן אַ שטעטל, וואָס הייסט רוזוועלט, אין ניו־דזשוירזי, וווּ מען האָט געשאָסן אויפֿן עולם סטרײַקערס אָן שום סיבה. איך האָב דערפֿילט ווי מײַן בלוט האָט גענומען זידן, און מײַנע אָדערן צאַפּלען, בעת איך האָב פּאַמעלעך זיך אונטערגעגאַרטלט און גענומען איבערקלײַבן די ביינדעלעך פֿונעם קאַרפּן־קאָפּ.
איך האָב געקײַט דעם געשמאַקן פֿיש און גערעדט צו זיך אַליין: „די פּאַרשיוואַטע קאַפּיטאַליסטן! מיר דאַרפֿן מאַכן זיי מיט אַ קאָפּ נידעריקער. חזירים, קאַניבאַלן, ממש קאַניבאַליסטישע שווײַנען!”
ווען מײַן ווײַב האָט מיר סערווירט דעם טעלער לאָקשן מיט יויך, און איך האָב דערזען צווישן די לאָקשן די הינער־ביינדלעך וואָס איך האָב אַזוי ליב צו סמאָטשקען, האָט זיך מײַן ריגזה אַ טראָפּעלע אײַנגעשטילט, און בעת איך האָב געבלאָזן אויף דער הייסער און געשמאַקער זופּ האָב איך געשעפּטשעט צו זיך:
„ווער קען וויסן ווער פֿון זיי ס׳איז שולדיק? ס’לייגט זיך דאָך נישט אויפֿן שׂכל, אַז מענטשן זאָלן גלאַט אַזוי אָנהייבן שיסן אויף יענעם. צום בײַשפּיל, האָט עמעצער אויף אײַך אַמאָל געשאָסן לעצטנס? פֿון דער לאָגישער השערה האָב איך שטאַרק הנאה געהאַט.‟
דער אַפּעטיט וואַקסט בײַ אים מיט יעדער רגע, און יעדעס מאָל וואָס זײַן ווײַב האָט אים צוגעטראָגן די געשמאַקע מאכלים, האָט ער אָנגעהויבן צו זען די לאַגע מיט אַנדערע אויגן. אפֿשר זײַנען זיי נישט אַזעלכע כוליגאַנעס ווי מען שרײַבט, און אַזוי לאַנג ווי די סטרײַקערס לעבן אויף אַנדערטהאַלבן דאָלער אַ טאָג, צו וואָס דאַרף מען זיי העכערן די שׂכירות אויף איין און פֿערציק נאַרישעוואַטע סענט אַ טאָג? וואָסי, זיי דאַרפֿן דווקא מען זאָל זיי דערלייגן דאָס געהאַלט? זיי נויטיקן זיך אין די פּאַסקודנע צוויי דאָלער אַ טאָג? ממש סקאַנדאַליעז. בײַם פֿאַררייכערן אַ האַוואַנאַ־סיגאַר, איז ער שוין מלא־רציחה אויף די סטרײַקערס.
מיט איין וואָרט, דער בורזשוי, בעת ער פֿרעסט און זויפֿט, ווי קען ער פֿילן דעם הונגער פֿון די מאַסן? ווי איר זעט, האָט זיך די לאַגע נישט געביטן זינט רוזוועלטס צײַטן, ווען מען האָט צו טאָן הײַנט מיט העכערן דאָס געהאַלט פֿאַרן אַרבעטער פֿון פֿינף דאָלער אַ שעה, אויף צען דאָלער אַ שעה, ווי עס פֿירט זיך הײַנט אין אַלע קולטורעלע לענדער. אַנשטאָט דעם, שלאָגט מען זיך און מ’הרגעט זיך אין אונדזער קאָנגרעס. און ווער זײַנען די שלעגער? די זעלבע חבֿרה נאָר אַנדערש געשלײַערט, די וואָס עסן אין די רײַכסטע רעסטאָראַנען, פֿירן אַ לוקסוס־אויטאָ, גייען אויף יאַגד און שיסן חבֿרים און ווילדע חזירים.
האָב איך באַשלאָסן, ווי נאָר איך קום אַהיים, לאָז איך זיך אַרויס קיין רוזוועלט, ניו־דזשוירזי, ערשטנס ווײַל איך קען דאָרטן אַ באַקאַנטן; וועט מען אָפּשטאַטן אַ וויזיט. צווייטנס, וויל איך אָנקוקן דאָס שטעטל אויפֿסנײַ מיט אויגן, וואָס האָבן שוין געזען די וועלט, און דריטנס, ווײַל איך האָב באמת נישט קיין שטעטל צו וועלכן איך קען זיך אומקערן און דערקענען די גאַסן און סטעזשקעס.
איך אַליין בין נישט געבוירן געוואָרן אין קיין שטעטל, נאָר אין דרײַ חלקים. קודם אין סיביר, צווייטנס אין אַ שקלאַפֿן־לאַגער אין אוראַל, און דריטנס אין אַ „די־פּי‟־לאַגער אין דײַטשלאַנד. און פֿון די אַלע דרײַ געבורטס־ערטער מײַנע, האָבן מײַנע עלטערן באַקומען געבורט־שײַנען פֿאַר מיר. אַזוי אַז רוזוועלט איז דאָס נאָענסטע שטעטל, וווּ איך קען אפֿשר דערקענען די גאַסן און הײַזער, און דער עיקר — די ביבליאָטעק און די גימנאַזיע, וווּ בען שאַנס מאָזאַיִק באַשײַנט די שׂמחה. איך הער, אַז זײַן זון וווינט נאָך אַלץ אין רוזוועלט. אַזוי אַז ווי נאָר איך שטאַט אָפּ אַ וויזיט אין שטעטעלע רוזוועלט, וועט איר הערן פֿון מיר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.