קרית־יואל שאַפֿט אָפּ סעגרעגאַציע

Kiryas Yoel Agrees to Stop Segregation

קרית־יואל
Wiki Commons
קרית־יואל

פֿון ייִט״אַ

Published April 03, 2014, issue of April 25, 2014.

דאָס ייִדישע שטעטל קרית־יואל אינעם צפֿונדיקן טייל פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק, וווּ עס וווינען טויזנטער סאַטמאַרער חסידים, האָט מסכּים געווען אָפּצושאַפֿן די צעטיילונג פֿון מענער און פֿרויען אין אַ פּאַרק, וואָס געפֿינט זיך אין זייער געגנט, אָבער האָט אַן עפֿנטלעכן סטאַטוס. מאָנטיק, דעם 31סטן מאַרץ, האָט די אַדמיניסטראַציע פֿונעם שטעטל אויסגעגליכן דעם געריכט־סיכסוך, וואָס די פֿאַרטיידיקער פֿון בירגערלעכע רעכט האָבן געפֿירט זינט דעצעמבער. דעם אָפּמאַך האָט מען געשלאָסן דעם 25סטן מאַרץ.

דער „קינדער־פּאַרק‟ אין קרית־יואל — וואָס טראָגט טאַקע אַ ייִדישן נאָמען — האָט זיך געעפֿנט אין אַפּריל 2012, אויף אַ שטח פֿון 283 אַקער. צוויי באַזונדערע שפּיל־פּלעצער, באַפֿאַרבט אין ראָזע און בלויע קאָלירן, זענען געשאַפֿן געוואָרן אין באַזונדערע טיילן פֿונעם דאָזיקן פֿאַרווײַלונג־צענטער פֿאַר ייִנגלעך און מיידלעך. די צייכנס, אָנגעשריבן אויף ייִדיש, האָט דערקלערט די כּללים פֿונעם פּאַרק, אַרײַנגערעכנט די געשלעכט־סעגרעגאַציע.

די נײַעס־וועבזײַט „גאָטאַמיסט‟ האָט איבערגעגעבן, אַז דער פּאַרק איז אויסגעשטאַט געוואָרן אַ דאַנק אַ געוויסער „ספּעציעלער שטיצע‟, וואָס די אַדמיניסטראַציע פֿונעם שטעטל האָט באַקומען, אָבער האָט אַן עפֿנטלעכן סטאַטוס און האָט נישט רעכט אײַנצופֿירן אַזעלכע כּללים. לויטן אָפּמאַך, וועלן די גרופּעס פֿון בירגערלעכע רעכט־פֿאַרטיידיקער בודק זײַן דעם פּאַרק צוויי מאָל אַ יאָר במשך פֿון אַ דרײַ־יאָריקן פּעריאָד, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז דאָרטן איז נישטאָ קיין געשלעכטלעכע סעגרעגאַציע.

דאָנאַ ליבערמאַן, די אויספֿיר־דירעקטאָרין פֿונעם „ניו־יאָרקער פֿאַראיין פֿאַר בירגערלעכע פֿרײַהייטן‟, האָט דערקלערט, אַז פּונקט אַזוי ווי אַן עפֿנטלעכער פּאַרק טאָר נישט צעטיילן די באַזוכער לויט זייער ראַסע אָדער נאַציאָנאַלן אָפּשטאַם, איז דאָרטן נישט דערלאָזלעך קיין סעגרעגאַציע צווישן מענער און פֿרויען. זי האָט צוגעגעבן, אַז דער איצטיקער אָפּמאַך גאַראַנטירט אַלע באַזוכער דעם גלײַכרעכטיקן צוטריט אין אַלע טיילן פֿונעם פּאַרק.