ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published April 03, 2014, issue of April 25, 2014.

סטיפּענדיעס פֿאַר יונגע ייִדיש־רעדנדיקע סטודענטן

„יונגטרוף: יוגנט פֿאַר ייִדיש‟ האָט אַנאָנסירט, אַז הײַיאָר וועט מען ווידער אַמאָל צוטיילן סטיפּענדיעס פֿאַר יונגע־לײַט, וועלכע קענען ייִדיש און ווילן קומען אויף דער ייִדיש־וואָך אין רײַערסטאָון, מערילאַנד (דעם 12טן־18טן אויגוסט). די דרײַ מינים סטיפּענדיעס זענען:

פֿאַר אַמעריקאַנער און קאַנאַדער סטודענטן: ביז דרײַ מענטשן וועלן באַקומען די סטיפּענדיע פֿון דער „בנימין שעכטער־פֿונדאַציע‟ פֿאַר אַמעריקאַנער און קאַנאַדער סטודענטן אָדער געבוירענע ייִדיש־רעדנדיקע וועלכע זענען ייִנגער פֿון 25 יאָר. די סטיפּענדיע דעקט אַלע הוצאָות פֿונעם אָנטיילנעמען זיך (בעט, עסן, אַקטיוויטעטן אאַ׳׳וו) אָבער דעקט ניט קיין פֿאָר־הוצאָות. אַפּליקאַציעס פֿאַר דער סטיפּענדיע פֿון דער „בנימין שעכטער פֿונדאַציע‟ וועלן אָנגענומען ווערן ביזן 15טן יולי.

פֿאַר מיזרח־אייראָפּעער: ביז צוויי מענטשן וועלן באַקומען די סטיפּענדיע פֿון דער „פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון מאַקס און אַנאַ לעווינסאָן‟ פֿאַר מיזרח־אייראָפּעער, וועלכע זענען ייִנגער פֿון דרײַסיק יאָר. די סטיפּענדיע דעקט אַלע קאָסטן פֿונעם אָנטיילנעמען זיך ווי אויך די אַלע פֿאָר־הוצאָות. אַפּליקאַציעס פֿאַר דער סטיפּענדיע פֿאַר מיזרח־אייראָפּעער וועלן אָנגענומען ווערן ביזן ערשטן יולי.

פֿאַר לאַטײַן־אַמעריקאַנער: ביז צוויי מענטשן וועלן באַקומען די סטיפּענדיע פֿון דער „פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון מאַקס און אַנאַ לעווינסאָן‟ פֿאַר לאַטײַן־אַמעריקאַנער, וועלכע זענען ייִנגער פֿון 25 יאָר. די סטיפּענדיע דעקט אַלע הוצאָות פֿונעם אָנטיילנעמען זיך ווי אויך די אַלע פֿאָר־הוצאָות. אַפּליקאַציעס פֿאַר דער סטיפּענדיע פֿאַר לאַטײַן־אַמעריקאַנער וועלן אָנגענומען ווערן ביזן ערשטן יולי.

כּדי אָנצוגעבן אויף די סטיפּענדיעס אָדער זיך צו דערוויסן מער וועגן דער ייִדיש־וואָך, באַזוכט //yugntruf.org/yvokh/

אַרכיוו פֿונעם „ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט‟ דיגיטאַליזירט

  • Image 1
  • Image 2
  • Image 3


דער „ייִדישער היסטאָרישער אינסטיטוט אין וואַרשע אויפֿן נאָמען פֿון עמנואל רינגעלבלום‟ האָט לעצטנס פֿאַרעפֿענטלעכט דיגיטאַליזירטע קאָפּיעס פֿון 4,033 חפֿצים, וועלכע געפֿינען זיך אין זײַנע אַרכיוון. צווישן די חפֿצים אינעם אינטערנעץ־אַרכיוו, געפֿינט מען געמאָלטע בילדער, געדרוקטע ביכער, כּתבֿ־ידן, צײַטונגען, צערטיפֿיקאַטן און בריוו. צווישן די דאָקומענטן זענען פֿאַראַן 1,090 אויף ייִדיש, 260 אויף העברעיִש, 294 אויף דײַטש, 373 אויף פּויליש און אַ פּאָר צענדליק אויף אַנדערע לשונות, אַפֿילו צוויי אויף אַראַביש. דאָס עלטסטע בוך אויף ייִדיש אין דער קאָלעקציע איז אַן עקזעמפּלאַר פֿון „ספֿר המגיד‟ פֿון יעקבֿ בן יצחק אַשכּנזי פֿון יאָר 1675, וועלכער מע האָט געדרוקט אין פּראָג. צווישן די גאָר אַלטע העברעיִשע ספֿרים זענען אַ תּלמוד פֿון יאָר 1548, וועלכער מע האָט געדרוקט אין ווענעציע; אַ ספֿר פֿון וועראָנאַ פֿון יאָר 1595; אַ ספֿר מיטן טיטל „ארבע ועשׂרים גדול‟ פֿון 1547 (אויך פֿון וועניציע) און אַ ספֿר, וועלכער הרבֿ יצחק בן יעקבֿ אלפֿנסי האָט מחבר געווען, וועלכער מע האָט געדרוקט אין קראָקע אין 1597. כּדאַי צו באַמערקן, אַז די אַלטע העברעיִשע ספֿרים קומען ניט בלויז פֿון מיזרח־ און מערבֿ־אייראָפּע, נאָר אויך פֿון טערקײַ (ובפֿרט פֿון איזמיר און סאַלאָניקי).

ס׳רובֿ פֿון דער קאָלעקציע איז באַשטאַנען פֿון עקזעמפּלאַרן פֿון ייִדישע אַויסגאַבעס. צווישן די 25 פֿאַרשידענע אויסגאַבעס, וועלכע זענען איצט צוטריטלעך זענען די אינטעלעקטועלע זשורנאַלן „די ייִדישע שפּראַך‟ (1927—1928) און „ליטעראַרישע טריבונע‟ (לאָדזש 1930—1933), די סאַטירישע אויסגאַבעס „דער מחבל‟ (וואַרשע 1919—1936) און „טאַראַראַם‟ און פֿאַרשידענע צײַטונגען פֿון פֿאָדאָליע, וואַרשע, ראַדאָמסק, פּינסק און שלעזיש צווישן אַנדערע מקומת.

דעם אַרכיוו קען מען אַדורכבלעטערן בײַ //cbj.jhi.pl/

אַ ייִדישער פֿרילינג: קאָנצערט לזכר יום־השואה אין סאַן פֿראַנסיקסאָ

העטער קלײַן
העטער קלײַן

דרײַ קאָנצערטן פֿון נײַע ייִדישע לידער מיט דער זינגערין העטער קלײַן (Heather Klein) וועלן פֿאָרקומען אין אַפּריל אין סאַן־פֿראַנסיסקאָ, בײַם הײַנטצײַטיקן ייִדישן מוזיי (736 מישאָן גאַס). דער קאָנצערט שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ שפּאָגל־נײַעם לידער־ציקל „מאַמע־לשון‟, וואָס קלײַן האָט באַשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון אַ סעריע לידער, וועלכע איר באָבע, די פּאָעטעסע שׂרה־טרייסטער מאָסקאָוויץ, האָט אָנגעשריבן. די דרײַ קאָנצערטן וועלן פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 24סטן אַפּריל, 6:30 אין אָוונט; פֿרײַטיק, דעם 25סטן אַפּריל, 11 אַזייגער אין דער פֿרי, און זונטיק, דעם 27סטן אַפּריל, 1:30 נאָכמיטאָג.

נאָך מער אינפֿאָרמאַציע אָדער כּדי צו באַשטעלן בילעטן פֿאַרבינדט זיך מיטן Contemporary Jewish Museum בײַ 415.655.7881 אָדער info@thecjm.org.

יום־השואה פֿײַערונגען אין ישׂראל

ווי יעדער פֿרילינג קומען הײַיאָר פֿאָר אין מדינת־ישׂראל אַ ריי פֿײַערונגען געווידמעט דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ און לזכר די זעקס מיליאָן קדשים. צווישן די פֿײַערונגען, קאָנצערטן און טרויער־אַקאַדעמיעס אויף ייִדיש זענען:

נתּניה:

„איך געדענק - דערפֿאַר בין איך‟, אַ טרויער־אַקאַדעמיע אָנגעפֿירט פֿון לייבל באָטוויניק בײַם „קרײַז פֿאַר ייִדישער קולטור אין נתּניה און אומגעגנט‟ („מרכּז דוד‟, 9 אַחימאיר גאַס). די טרויער־אַקאַדעמיע וועט פֿאָרקומען מיטוואָך, דעם 30סטן אַפּריל, 7 אַ זייגער אין אָוונט. אינעם קינסטלערישן טייל פֿון אָוונט וועלן אויפֿטרעטן פּולינה בלילובֿסקי און דיאנה שפּיראָ.

תּל־אָבֿיבֿ:

מיטוואָך, דעם 23סטן אַפּריל, 11:30 פֿאַרמיטאָג, וועט פֿאָרקומען אַ פֿײַערונג לזכר דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ, בײַם „אַרבעטער־רינג‟ אָנגעפֿירט פֿון עליזה בלעכעראָוויטש. אויף דער געטאָ־הזכּרה וועלן רעדן ד׳׳ר אַבֿרהם נאָווערשטערן און די פּאָעטעסע רבֿקה באַסמאַן בן־חיים. עס וועט אויך אויפֿטרעטן דער כאָר אויפֿן נאָמען פֿון מיכאל קלעפּפֿיש מיט אַנאַ סמאָלאָוו בײַם קלאַוויר.

תּל־אָבֿיבֿ/ירושלים:

די „ייִדישפּיל‟־טעאַטער, צוזאַמען מיט דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟ פֿון מדינת־ישׂראל וועלן פֿאָרשטעלן צוויי אַקאַדעמיעס צום טאָג פֿון חורבן און גבֿורה. די ערשטע אַקאַדעמיע וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 27סטן אַפּריל, 7:30 אין אָוונט, בײַם „אַריסון זאַל פֿאַר קונסט‟ (7 סעדיה גאָון גאַס, תּל־אָבֿיבֿ) און עס וועלן דאָרטן אויפֿטרעטן רון חולדאי, דער בירגער־מײַסטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ, און ד׳׳ר דניאל הערשקאָוויץ, דער פּרעזידענט פֿון בר־אילן אוניווערסיטעט. די צווייטע אַקאַדעמיע וועט פֿאָרקומען מאָנטיק, דעם 27סטן אַפּריל, 9:50 אין דער פֿרי אין שרובר־זאַל בײַ דער „ירושלימער טעאַטער‟. דאָרטן וועט אויפֿטרעטן ד׳׳ר דן רונן, אַ פֿאָרשטייער פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

ביידע פּראָגראַמען וועלן אָנגעפֿירט ווערן אויף ייִדיש, באַגלייט מיט אַ שריפֿטלעכער איבערזעצונג אויף העברעיִש.

ירושלים:

מאָנטיק, דעם 28סטן אַפּריל, פֿינף אַ זייגער אין אָוונט, וועט פֿאָרקומען אַן אָוונט לזכר דעם טאָג פֿון חורבן און גבֿורה בײַ דער „ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט‟ אין ירושלים (10 שלום־עליכם גאַס). עס וועלן אָנטיילנעמען דער חזן מאיר טשיטשיק און די זינגערין סאָניאַ שפּייכער. שושנה ברײַער און משה־דוד חייט וועלן רעדן וועגן זייערע איבערלעבונגען בעת דער מלחמה.

חדרה:

מאָנטיק, דעם 28סטן אַפּריל, פֿינף אַ זייגער אין אָוונט, וועט פֿאָרקומען אַ פּראָגראַם לזכר דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ בײַם „געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש‟ (בית עולה, 20 ששת הימים גאַס). נאָך מער אינפֿאָרמאַציע, פֿאַרבינדט זיך מיט 04-622-6949.