דעם 30סטן מאַרץ, האָבן די ייִדן פֿון דער גריכישער שטאָט יאָאַנינאַ זיך פֿאַרזאַמלט אין זייער ווײַסער שטיינערנער שיל — „קהל קדוש ישן‟ — לזכר דעם 70סטן יאָרטאָג זינט די נאַציס האָבן פֿאַרטיליקט זייער אוניקאַלע קהילה, וועלכע האָט עקזיסטירט אין גריכנלאַנד במשך פֿון 2,300 יאָר. אין דער צערעמאָניע האָבן זיך באַטייליקט די אָרטיקע ייִדן, אויסלענדישע דיפּלאָמאַטן און באַקאַנטע גריכישע פּערזענלעכקייטן.
יאָנינאַ איז זייער אַ פּרעכטיקע שטאָט אינעם צפֿון־מערבֿדיקן ראַיאָן פֿון גריכנלאַנד, מיט אַ מיטל־עלטערלעכער פֿעסטונג אויפֿן ברעג פֿון אַ הימל־בלויער אָזערע, אַרומגערינגלט מיט פֿאַרשנייטע בערג. אַמאָל איז עס געווען דער צענטער פֿון דער אוניקאַלער גריכיש־רעדנדיקער קהילה, באַקאַנט ווי ראָמאַניאָטן אָדער „יוונים‟. הײַנט, זענען דאָרטן געבליבן ווייניקער ווי 50 ייִדן, על־פּי־רובֿ עלטערע לײַט. צום לעצטן מאָל האָט מען געפּראַוועט אַ בר־מיצווה אין יאָאַנינאַ אינעם יאָר 2000. משה אליסף, דער אָרטיקער ייִדישער מנהיג, האָט געזאָגט, אַז זײַן קהילה האַלט בײַם אונטערגיין אינגאַנצן.
ייִדן האָבן געוווינט אין גריכנלאַנד נאָך מיט 2,300 יאָר צוריק. אויפֿן גריכישן אינדזל דעלאָס האָט מען אַנטדעקט די רויִנען פֿון אַ שיל, וואָס איז שוין געשטאַנען אין יענער תּקופֿה. במשך פֿון דער צײַט, האָבן די גריכישע ייִדן אַנטוויקלט אַן אייגענעם דיאַלעקט פֿון גריכיש מיט לשון־קודשדיקע ווערטער, אויף וועלכן זיי פֿלעגן שרײַבן מיטן ייִדישן אַלף־בית, אייגענע אייגנאַרטיקע מינהגים און אַן אייגענע מוזיקאַלישע טראַדיציע, אין וועלכער עס פֿילט זיך אַ שטאַרקע ביזאַנטישע השפּעה.
זאַנעט באַטינאָו, וואָס פֿירט אָן מיטן גריכישן ייִדישן מוזיי אין אַטען און שטאַמט אַליין פֿון די יאָאַנינער „יוונים‟, האָט דערקלערט, אַז די טראַדיציע פֿון די ראָמאַניאָטן איז גאָר וויכטיק, ווײַל זי איז באַגרינדעט נישט אויפֿן תּלמוד־בבֿלי, ווי די אַשכּנזישע און ספֿרדישע, אָבער אויפֿן תּלמוד־ירושלמי און די אוראַלטע מינהגים פֿונעם זמן־הבית.
נאָכן גירוש־ספֿרד, האָבן אַ סך פֿאַרטריבענע שפּאַנישע ייִדן זיך באַזעצט אין גריכנלאַנד. ס׳רובֿ אָרטיקע קהילות האָבן זיך אויסגעמישט מיט די ספֿרדים, דערפֿאַר ווייסן נישט אַלע מענטשן, אַז אינעם דאָזיקן לאַנד איז נאָך פֿאַראַן אַן אייגענע אָריגינעלע ייִדישע עדה. בײַם אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, זענען אין יאָאַנינאַ געבליבן 2,000 ייִדן — אַ העלפֿט פֿון דער פֿריִערדיקער באַפֿעלקערונג. צוליב די עקאָנאָמישע שוועריקייטן און דער מהומה נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿון דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע, זענען אַ סך ראָמאַניאָטן אַוועקגעפֿאָרן קיין ניו־יאָרק, ירושלים און שפּעטער תּל־אָבֿיבֿ.
דעם 25סטן מאַרץ, 1944, האָבן די נאַציס באַלאַגערט די ייִדן אין יאָאַנינאַ און פֿאַרשיקט זיי קיין אוישוויץ. אויף די ווענט פֿון דער אָרטיקער שיל זענען נײַנט אויסגעקריצט די נעמען פֿון 1,832 אומגעקומענע, בתוכם מער ווי 500 קינדער ייִנגער פֿון 13 יאָר. הײַנט אין דער שטאָט איז געבליבן בלויז איין ייִד, דער חזן חיים איסכאַקיס, וואָס קאָן דינען ווי אַ בעל־קורא. ס׳זעט אויס, אַז אין דער צוקונפֿט וועט מען זיך קאָנען באַקענען מיט דער קולטור פֿון די פֿאַרשווינדנדיקע ייִדן־ראָמאַניאָטן בלויז אין די מוזייען און אויף דער אינטערנעץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.