טאָראָנטאָ. — די באַאַמטע פֿון דער קאַנאַדער גרענעץ־זיכערהייט האָבן מיטוואָך געמאַכט אַן אָבלאַווע פֿונעם קאָמפּלעקס, וווּ עס וווינט די עקסטרעם־חרדישע סעקטע „לבֿ טהור‟, און אַרעסטירט זיבן מיטגלידער.
לויטן אָרטיקן צווײַג פֿון דער צדקה־אָרגאַניזאַציע „געזעלשאַפֿט פֿון הילף פֿאַר קינדער‟ אין טשאַטאַם, אָנטאַריאָ, זענען אַרום אַ טוץ באַאַמטע פֿון דער גרענעץ־זיכערהייט אַרײַן אינעם קאָמפּלעקס און אַרעסטירט די מיטגלידער פֿון דער סעקטע, וועלכע ווערן באַשולדיקט אין האָבן עובֿר געווען אויף די אימיגראַציע־געזעצן.
צוויי משפּחות פֿון „לבֿ טהור‟ געפֿינען זיך די טעג אין מיטן פֿון אַ לעגאַלער מחלוקת אין שײַכות מיטן אויפֿזיכט פֿון זייערע קינדער. איינע פֿון די משפּחות איז אַנטלאָפֿן קיין גוואַטעמאַלע, האָט איבערגעגעבן די קאַנאַדער פּרעסע.
לויט דער נײַעס־אַגענטור QMI, האָט מען פֿאַרקייטלט די הענט פֿון איין חסיד פֿון „לבֿ טהור‟ און אים אַוועקגעפֿירט אין אַן אויטאָ. „מע האָט געשריגן און געוויינט, און איין מאַן פֿון ׳לבֿ טהור׳ האָט אויסגערופֿן: ׳איר מעגט זיך שעמען!׳ צו די אַגענטן,‟ האָט QMI איבערגעגעבן.
איין עדות האָט געזאָגט, אַז זי האָט געזען ווי די אימיגראַציע־באַאַמטע פּרוּוון אַרײַנגיין אין אַ בנין, וווּ מע האַלט, אַז די קינדער וווינען.
„כ׳האָב געהערט ווי די קינדער וויינען און טוען תּפֿילה,‟ האָט דער עדות געזאָגט.
דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש זענען צוויי משפּחות, אַרײַנגערעכנט 14 קינדער, אַנטלאָפֿן פֿון קאַנאַדע, איידער אַן אַפּעליר־געריכט אין אָנטאַריאָ האָט געזאָלט אַרויסגעבן אַ פּסק, אַז מע זאָל די קינדער איבערגעבן אין אַ קינדער־היים אין קוועבעק. 8 פֿון די קינדער האָבן די קאַנאַדער אינסטאַנצן געפֿונען אין טרינידאַד און טאָבאַגאָ, וווּ מע האָט זיי פֿאַרהאַלטן און אומגעקערט קיין קאַנאַדע. נאָך צוויי קינדער וואָס מע האָט געפֿונען אין קאַלגאַרי, האָט מען אויך צוגענומען פֿון דער סעקטע.
דער לעגאַלער מצבֿ פֿון די סעקטע־מיטגלידער אין גוואַטאַמאַלע הענגט דערווײַל אין דער לופֿטן.
די וואָך האָט אַן אַדוואָקאַט פֿאַר איין „לבֿ טהור‟ משפּחה זיך צוריקגעצויגן פֿונעם ענין.
אין האַרבסט 2013 זענען בערך 250 מיטגלידער פֿון „לבֿ טהור‟ אַנטלאָפֿן פֿון קוועבעק קין אָנטאַריאָ, איידער די באַאַמטע האָבן געהאַט אַ געלעגנהייט צוצונעמען די קינדער. די באַאַמטע פֿון דער קינדערפֿאַרזאָרג־אינסטאַנץ האָבן דעמאָלט געזאָגט, אַז זיי האָבן געפֿונען סימנים פֿון באַלעסטיקונג, שמוציקע לעבן־באַדינגונגען, שידוכים מיט מינדער־יאָריקע קינדער און אַ נישט־געראָטענע דערציִונג פֿון די קינדער.
די מיטגלידער פֿון „לבֿ טהור‟ טענהן, אַז זיי ווערן גערודפֿט צוליב זייערע שטרענגע רעליגיעזע מיינונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.