„קבלת־שבת אין וואָלמאַרט‟ — אַ שלאַגער

“Kaboles Shabbos in Walmart” Strikes a Chord

ליבי פּאָלאַק, בעת אַ באַזוך אין ירושלים, 2013
Facebook
ליבי פּאָלאַק, בעת אַ באַזוך אין ירושלים, 2013

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published April 04, 2014, issue of April 25, 2014.

ווען ליבי פּאָלאַק, אַ 25־יאָריק מיידל, דערצויגן בײַ אַ חסידישער משפּחה אין וויליאַמסבורג, האָט געשטעלט איר ווידעאָ „קבלת־שבת אין וואָלמאַרט‟ אויף „פֿייסבוק‟ מיט צוויי וואָכן צוריק, איז איר איינציקער ציל געווען סתּם צו פֿאַרווײַלן אירע פֿרײַנד.

זינט דעמאָלט האָט דער ווידעאָ, וואָס געפֿינט זיך איצט אויך אויף „יו־טוב‟, שוין צוגעצויגן נאָענט צו 1,000 צוקוקער. אינעם קורצן ווידעאָ, פֿאָרט ליבי אין אַ מאָטאָריזירטן וועגעלע איבער אַ ריזיקן „וואַלמאַרט‟־געשעפֿט, זוכנדיק אײַזקרעם. בשעת־מעשׂה הערט מען ווי זי זינגט, הויך און קלאָר, און אין אַ היימישן אונגערישן ייִדיש, פֿראַגמענטן פֿון באַקאַנטע שבת־לידער, „ווען איך וועל זינגען לכה דודי‟, „שלום־עליכם מלאכי השרת‟, און אַנדערע. דער גאַנצער ווידעאָ דויערט נישט מער ווי אַנדערטהאַלב מינוט, און פּרעטענדירט נישט צו זײַן אַ פּראָפֿעסיאָנעלע אַרבעט.

שטעלט זיך די קשיא: פֿאַר וואָס זאָל דווקא דער ווידעאָ צוציִען נאָענט צו טויזנט צוקוקער? איז דער גרינגער ענטפֿער אַזאַ: ליבי האָט אַ פֿײַנעם חוש פֿאַר קאָמעדיע, און ווייסט ווי אַזוי צו פֿאַרווײַלן דעם עולם. ווען זי פֿאָרט אינעם וועגעלע, איז קלאָר, אַז זי ווייסט נישט ווי עס צו שאָפֿירן, און שטויסט זיך טאַקע אַרײַן אין איינעם פֿון די שיין־אויסגעשטעלטע רייען פּראָדוקטן. איר אומבאַהאָלפֿנקייט, אָדער תּמימותדיקע שלימזלדיקייט רופֿט גלײַך אַרויס אַ שמייכל.

דערצו האָט זי אויך אַ טעאַטראַלן חוש. בעת זי זינגט, מאַכט זי ברייטע הוואיות מיט די הענט, ווי זי וואָלט געמוטיקט דעם עולם מיטצוזינגען מיט איר, כאָטש קיין עולם איז נישטאָ, און דאָס האָט אויך אַ קאָמישן עפֿעקט.

אָבער אַחוץ דעם קאָמישן אַספּעקט פֿון דער ווידעאָ, ווײַזט עס אויך אַרויס דעם וואַקסנדיקן כּוח און שטאָלץ פֿון די אָפּגעפֿאָרענע ייִדן (OTD‘s בלע״ז) פֿון ייִדיש־רעדנדיקע חסידישע היימען. אין די פֿריִערדיקע דורות, ווען אַ חסיד איז אַנטלאָפֿן פֿון דער קהילה, האָט ער עס אַלץ אָפּגעוואָרפֿן: די פֿרומקייט, די שפּראַך, די קולטור… במשך פֿון די לעצטע צען יאָר האָט זיך אָבער אַנטוויקלט אַ נײַער פֿענאָמען: יונגע חסידישע בחורים און מיידלעך הייבן אָן פֿירן אַ פֿרײַ לעבן, אָבער האַלטן אויך אָן געוויסע חסידישע עלעמענטן, ווײַל אָן דעם וואָלט זיך זיי שטאַרק פֿאַרבענקט. אַרי מאַנדעל, למשל — אַ געוועזענער ניקלסבורגער חסיד, וואָס פּראָקלאַמירט שטאָלץ זײַן אַטעיִזם אויף „פֿייסבוק‟ — האָט נאָך אַלץ שטאַרק הנאה פֿון הערן חסידישע זינגער ווי מרדכי בן דוד. אַזוי איז אויך מיט ליבי: זי איז טאַקע מער נישט פֿרום, אָבער זי שעמט זיך נישט צו רעדן, זינגען און זיך וויצלען אויף ייִדיש, און בכלל הנאה צו האָבן פֿון דער קולטור, וואָס די חסידישע וועלט האָט אײַנגעפֿלאַנצט אין איר.

בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟, האָט ליבי דערציילט, אַז דער באַשלוס צו פֿילמירן „קבלת שבת אין וואָלמאַרט‟ איז דווקא געווען אַ ספּאָנטאַנער, בעת אַ באַזוך אין מערילאַנד, וווּ זי האָט פֿאַרבראַכט שבת מיט חבֿרים, וואָס זי האָט געקענט פֿון „טשאָלנט‟ — די וועכנטלעכע פֿאַרזאַמלונג אין אַ שיל אין ברוקלין, וווּ געוועזענע און איצטיקע חסידים קומען זיך צונויף צו שמועסן, שפּילן מוזיק, רייכערן און טרינקען ביר, און סתּם הנאה האָבן פֿון געזעלשאַפֿט.

„כ׳בין געזעסן מיט זיי פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, פֿרומע היימישע ייִדן, און ס׳איז געוואָרן זייער לעבעדיק. זיי האָבן מיך אַפֿילו געלאָזט פֿירן טיש. האָב איך אָנגעהויבן צו זינגען ניגונים, געפּאַטשט מיט די הענט, כ׳האָב מיך געשטעלט אין אַ רקידה… אַרײַנגעמישט פּסוקים, געזאָגט אַ תּורהלע, און צוגעלייגט זאַלץ און שמאַלץ!‟

ליבי האָט דערציילט, אַז זי האָט תּמיד ליב געהאַט צו לערנען תּורה, און צו לייענען. ווי אַ יונג מיידל, האָט זי אין איין סוף־וואָך געקאָנט איבערלייענען פֿינף ביכער. איר עלטער־זיידע פֿון דער מאַמעס צד איז געווען דער קאַשוי־רבֿ (אַרויסגעזאָגט: „קאַשאָו‟). קאַשוי, אַ קליינע חסידישע סעקטע פֿון 40 משפּחות, געפֿינט זיך הײַנט אין בעדפֿאָרד־הילס, ניו־יאָרק.

ליביס קינדעריאָרן זענען אָבער ווײַט נישט געווען קיין גליקלעכע. לכתּחילה האָבן אירע עלטערן זי געשיקט אין אַ שול פֿון די פּאפּער חסידים, וואָס איז איר שטאַרק געפֿעלן, אָבער דערנאָך האָט די מאַמע זיך אָנגעהויבן זאָרגן, אַז ס׳איז „צו מאָדערן‟, האָט מען ליבי איבערגעפֿירט אין אַ וויזשניצער שול. „דאָס איז געווען אַ גרויזאַמער טעות — האָט ליבי באַמערקט — ווײַל די מיידלעך זענען געווען שלעכטע. זיי האָבן מיך גערודפֿט און ממש געשלאָגן, בלויז ווײַל כ׳בין געווען אַ גוטע תּלמידה. ווען איך דערצייל דאָס הײַנט מענטשן, גלייבן זיי מיר נישט, ווײַל זיי זאָגן, אַז נאָר ייִנגלעך שלאָגן אַנדערע ייִנגלעך, אָבער ס׳איז נישט אמת.‟

מיט דער צײַט האָבן ליביס עלטערן זי געשיקט אין אַ בעלזער שול, „אָבער דאָרט האָב איך אויך נישט געלעקט קיין האָניק‟, האָט ליבי געזיפֿצט.

מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט ליבי באַשלאָסן, אַז זי וויל מער נישט לעבן אונטערן דראַנג פֿון דער פֿרומער וועלט. ס׳איז נישט גרינג צו בויען אַ לעבן נאָך דעם ווי מע פֿאַרלאָזט די חסידישע קרײַזן; פֿון דעסטוועגן, איז ליבי אָפּטימיסטיש וועגן דער צוקונפֿט. זי וווינט הײַנט אין קראַון־הײַטס, פֿאַרדינט ווי אַ שנײַדערין, און לערנט זיך מאָדע־דיזײַן. אין גיכן האָפֿט זי צו שאַפֿן אַ נײַע ליניע פֿון הויזן־טרעגער (שלייקעס) פֿאַר פֿרויען.

און מסתּמא וועט זי ווײַטער פֿאַרווײַלן איר וואַקסנדיקן עולם מיט איר ייִדישן חן און הומאָר — סײַ דורך איר „פֿייסבוק‟־זײַט, סײַ דורך אירע ווידעאָס. הגם אַ טייל פֿון די אָפּרופֿן אין שײַכות מיט „קבלת־שבת אין וואָלמאַרט‟ זענען געווען נעגאַטיווע, האָבן ס׳רובֿ פֿון זיי געלויבט איר דרייסטקייט בײַם אויסדריקן איר ייִדישע אידענטיטעט אויף איר אייגענעם שטייגער.

ליבי האַלט, אַז דאָס זינגען שבת־לידער אין וואָלמאַרט פֿרײַטיק־צו־נאַכטס איז דווקא אַ שיינע זאַך. „דער באַרדיטשעווער האָט אַ מאָל געזען אַ ייִד שמירן די רעדער פֿון זײַן וואָגן בשעתן דאַווענען,‟ האָט זי דערציילט. „האָט ער זיך אָנגערופֿן, קוק נאָר וואָס פֿאַר אַ טײַערער ייִד ער איז! אַפֿילו ווען ער שמירט די רעדער איז ער מתפּלל צו השם!

„און דאָ איז אויך אַזוי,‟ זאָגט זי ווײַטער. „אַפֿילו ווען מ׳איז מחלל־שבת אין די מרחקים, איז עס אַלץ מיט די הייליקע זמירותלעך אויף די ליפּן.‟