און געלאָזן דיך הינטער מיר, שעקספּיר,
און דאָס גרויסע לאָנדאָן, און פֿאַר אַ טיר
פֿון ווײַטשעפּל אַ בעטלער כ’בין שטיין געבליבן —
אַ שטעטל דערזען פֿון מײַן „ייִדיש־לאַנד”
אויסגעשטרעקט מיט דאַנק ווי ס’ציטערט מײַן האַנט:
ווײַטשעפּל, פֿאַר אַלץ וואָס כ’האָב דאָ אָנגעשריבן.
א. נ. שטענצל פֿונעם בוך „ווײַטשעפּל שטעטל דבריטן”, 1961
ווען איך האָב צוגעגרייט די נסיעה מײַנע איבער אייראָפּע האָב איך זיך דורכגעשריבן נישט נאָר מיט ייִדיש־קאָנטאַקטן, נאָר אויך מיט דער אַקאַדעמישער פֿאָלקלאָריסטישער וועלט. אין שאָטלאַנד איז פֿאָלקלאָר און פֿאָלקמוזיק מער פֿאַרשפּרייט ווי אין אַמעריקע, און ווען מע ניצט דעם אויסדרוק „שאָטישע מוזיק” האָט מען אין זינען דווקא שאָטישע פֿאָלקמוזיק, און נישט קיין אַנדערע. דער טערמין „אַמעריקאַנער מוזיק”, להיפּוך, מיינט גאָרנישט פֿאַרן אַמעריקאַנער. האָב איך זיך פֿאַרבונדן מיט אוניווערסיטעטישע צענטערס פֿון פֿאָלקלאָר און אין עדינבורג און אַבערדין האָט מען מיך פֿאַרבעטן צו רעדן וועגן „ייִדישע פֿאָלק־באַלאַדעס”.
אין עדינבורג בין איך אײַנגעשטאַנען בײַ אַ פּאָרפֿאָלק, און דער מאַן, פּאַוו, איז אַרײַנגעטאָן אין דער קלעזמער־מוזיק, און שפּילט צימבל, באַנדזשאָ און באַס. איך בין מיטגעגאַנגען מיט אים צו זײַן וועכנטלעכן שאָטישן מוזיקקלאַס, וווּ אַן ערך 30 פּענסיאָנירטע מענטשן שפּילן פֿאָלקמוזיק צוזאַמען אין אַן אָרקעסטער. אין אָוונט זענען מיר געגאַנגען אין אַ פֿאָלקמוזיק־קלוב זען אַ מוזיקאַלישע גרופּע „קעלטער, שמעלטער”, וועלכע האָט געשפּילט סײַ קלעזמער, סײַ קעלטישע מוזיק. (דער נאָמען איז אַ ייִדישער פֿאַרדריי פֿון אַ ליד פֿון די „ביטלס”). נישט געקוקט אויפֿן נאַרישן נאָמען פֿון דער גרופּע, האָט די אָנפֿירערין, דזשיקאַ לענינג, אויסגעצייכנט געשפּילט קלעזמער־פֿידל. די זינגערין פֿון דער גרופּע האָט נישט געקענט קומען אויפֿן קאָנצערט, האָט לענינג מיך פֿאַרבעטן פֿאָרצולייענען דאָס ליד „פּאַפּיר איז דאָך ווײַס” אויף ייִדיש בשעת זיי האָבן געשפּילט אַן אַראַנזשירונג.
פֿאַר דער לעקציע האָב איך זיך געטראָפֿן מיט דער ייִדיש־לערערין פֿון שאָטלאַנד, ד”ר העטער וואַלענסיע און איר מאַן מײַק. כאָטש זי וווינט אין אַן אַנדער שאָטישער שטאָט, קומט זי קיין עדינבורג איין מאָל אַ וואָך אָנצופֿירן מיט אַ ייִדיש־קלאַס. מיט יאָרן צוריק, האָט וואַלענסיע שטודירט גערמאַניסטיק, ווען איר פּראָפֿעסאָר האָט איר פֿאָרגעלייגט, זי זאָל זיך אויסלערנען ייִדיש און זיך פֿאַרנעמען מיט דער ייִדישער ליטעראַטור; אַ פֿעלד וואָס, רעלאַטיוו געשמועסט, האָט מען ווייניק געאַקערט. זי האָט אויך אויסגעפֿונען, אַז גוטע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אויף ענגליש פֿעלן אויך.
האָט זי ערנסט גענומען די פֿאָרשונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און האָט געשריבן וועגן, און איבערגעזעצט, פֿאַרשיידענע שרײַבער ווי א. מ. שטענצל, אַבֿרהם סוצקעווער און אסתּר קרייטמאַן. זי האָט אויך איבערגעזעצט ש. י. האַרענדאָרפֿס ייִדישע פּיעסע „דער קעניג פֿון לאַמפּעדוסאַ” צווישן אַנדערע ווערק. הײַנט איז זי אַקטיוו ווי אַ לערערין פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור אין שאָטלאַנד, ענגלאַנד און אייראָפּע. זיכער איז זי אין שאָטלאַנד די מבֿינטע פֿון ייִדיש.
פּונקט אין דעם סוף־וואָך איז פֿאָרגעקומען אַ קלעזמער־פֿעסטיוואַל אין צפֿון־ענגלאַנד, אין דער „פּיק”־געגנט פֿון לאַנד; אַ טייל פֿון ענגלאַנד וואָס איז באַקאַנט פֿאַר איר שיינקייט, און ציט צו באַרג־קלעטערערס פֿון אומעטום. אַ גאַנצע דעלעגאַציע פֿון שאָטלאַנד איז געפֿאָרן אַהין און איך בין מיט זיי מיטגעפֿאָרן דורך קליינע שטעטלעך און דערפֿער. אין ניו־יאָרק ווייסט מען, אַז דער פֿרילינג איז געקומען ווען מע זעט די רויט־העלדזל פֿייגעלעך; אין שאָטלאַנד ווייסט מען, ווען די שעפֿעלעך הייבן אָן צו האָבן לעמעלעך און באַווײַזן זיך אויף די גרינע בערגלעך, ליגנדיק לעבן זייערע מאַמעס.
דער „קלעזנאָרד”־פֿעסטיוואַל קומט פֿאָר אין אַ קליין דערפֿל, יולגרייוו, אין מיטן פֿון גרינע בערג און לאָנקעס. ס’איז אַ קליינע אונטערנעמונג, נישט מער ווי 100 אָנטיילנעמער קענען זיך באַטייליקן. אָבער דערפֿאַר פֿאָרמאָגט עס אַ סך חן וואָס פֿעלט בײַ אַנדערע, גרעסערע קלעזמער־פֿעסטיוואַלן. קודם־כּל האָט דער גאַנצער סוף־וואָך, דאָס עסן, שלאָפֿן און קלאַסן אַרײַנגערעכט, נישט געקאָסט מער ווי הונדערט דאָלער. יעדער האָט געדאַרפֿט צוהעלפֿן מיט אויפֿראָמען אָדער סערווירן, און אַ פֿרײַנדלעכער קאָלעקטיווער גײַסט האָט געהערשט איבער אַלץ.
איך בין געשלאָפֿן אויף דער פּאָדלאָגע אין אַ שלאָפֿזאַק צוזאַמען מיט צען אַנדערע מענטשן און אין דער פֿרי, פֿאַר פֿרישטיק, האָב איך אָנגעפֿירט מיט אַ נאַטור־שפּאַציר אויף ייִדיש. אַזוי ווי מיר האָבן געזען ציגעלעך און קאַטשקעס אויף אונדזער סטעזשקע, האָב איך אויסגעניצט די געלעגנהייט און זיי אויסגעלערנט דאָס ליד „די גרינע קאַטשקע” און אַנדערע לידער וועגן פּאַסטעכער און זייערע שאָף. בײַ די געזאַנג־קלאַסן האָט די זינגערין רחל וועסטין געלערנט עטלעכע זינגלידער פֿון מײַן מאַמען, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, און אין אַן אַנדער קלאַס האָט דער זינגער פֿיל טאַמלינסאָן מיט זײַן קלאַס געלערנט די לידער פֿון מרדכי געבירטיק. דער קלאַרנעטיסט קריסטיאַן דאַוויד פֿון בערלין האָט דיריגירט מיטן קלעזמער־אָרקעסטער און דער ניוואָ פֿון די מוזיקער איז געווען אַ הויכער.
אַ טשיקאַווע זאַך איז געשען אין אָוונט — מע האָט געוויזן אַ פֿילם, וואָס איך האָב קיין מאָל נישט געהאַט געזען, וועגן דעם קלעזמער־פֿידלער לעאָן שוואַרץ ע”ה. מע האָט אים פֿילמירט אין זײַן ניו־יאָרקער דירה אין 1989. מיט אַ מאָל הער איך מײַן קול אינעם פֿילם — עס שטעלט זיך אַרויס, אַז איך בין געשטאַנען הינטערן אַפּאַראַט און פֿילמירט, אָבער איך קען זיך אַבסאָלוט נישט דערמאָנען אין דעם נאָך־מיטאָג און אין דער סצענע. מע ווערט שוין אַלט…
צוריק אין לאָנדאָן האָב איך זיך געטראָפֿן מיט דערעק ריד, אַ פֿאָלקלאָריסט, זאַמלער און מעשׂה־דערציילער פֿון דער לאָנדאָנער ייִדישער באַפֿעלקערונג. ער איז אויפֿגעוואַקסן אינעם ייִדישן „שטעטל” אין לאָנדאָן אויף דער „איסט־ענד” אין די 1950ער יאָרן און אײַנגעזאַפּט די מעשׂיות, לעבן־שטייגער און זכרונות פֿונעם עלטערן דור ייִדישע אימיגראַנטן. ער האָט זיך באַטייליקט אין דער אַלגעמיינער פֿאָלקס־מוזיק אויפֿלעבונג אין ענגלאַנד אין די 1960ער יאָרן סײַ ווי אַ זינגער, סײַ ווי אַ מעשׂה־דערציילער פֿונעם אַלטן ייִדישן לעבן אין לאָנדאָן. זײַנע צוויי טעכטער זענען אויך געוואָרן זינגער און מעשׂה־דערציילער.
בחורווײַז האָט ריד זיך באַקענט מיטן פּאָעט אַ. נ. שטענצל און געוואָרן זײַן געהילף אַן ערך 20 יאָר. שטענצל, דער באַקאַנטסטער לאָנדאָנער ייִדישער פּאָעט נאָכן חורבן, האָט נישט געטויגט אויף פּראַקטישע טאָג־טעגלעכע זאַכן, און דער יונגער דערעק האָט אים געדינט סײַ ווי אַ סעקרעטאַר, סײַ ווי אַ פֿאַרריכטער. בײַ אַן אַנדער געלעגנהייט וועל איך זיך דאַרפֿן אומקערן קיין לאָנדאָן און גיבן אַ קוק אין דערעק רידס וויכטיקן אַרכיוו, אָבער די נסיעה מײַנע פֿירט ווײַטער קיין אַמסטערדאַם…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.