ידיעות פֿון פּאַריז

News From Paris

די פּאַריזער קלעזמער־גרופּע „געפֿילטע־סווינג‟
Facebook
די פּאַריזער קלעזמער־גרופּע „געפֿילטע־סווינג‟

פֿון שרון בר-כּוכבֿא

Published April 04, 2014, issue of April 25, 2014.

אַן אָוונט לזכּרון דעם קאָמפּאָזיטאָר פֿערנאַנד האַלפֿען

אין פֿראַנקרײַך האָט מען ליב אויסצוקלײַבן אַלע יאָר אַ טעמע, ווי אַ מין לײַטמאָטיוו פֿאַר אַ סך פֿאַרשיידענע קולטורעלע איניציאַטיוון אַרום לאַנד; למשל, עפּעס וואָס האָט צו טאָן מיט אַ געוויסן יובֿל. הײַיאָר איז די טעמע די ערשטע וועלט־מלחמה, לכּבֿוד 100 יאָר זינט איר אויסבראָך.

דעם זונטיק אָרגאַניזירט דער „אייראָפּעיִשער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער מוזיק‟ אַ קאָנצערט געווידמעט דער מוזיק פֿונעם ייִדיש־פֿראַנצייזישן קאָמפּאָזיטאָר און מעצענאַט פֿערנאַנד האַלפֿען, וואָס איז דערהרגעט געוואָרן אין 1917, בשעת ער האָט געקעמפֿט ווי אַן אָפֿיציר אין דער פֿראַנצייזישער אַרמיי.

פֿערנאַנד האַלפֿען איז געבוירן געוואָרן אין 1872 בײַ אַ רײַכער ייִדישער משפּחה. ער איז געווען אַ באַקאַנטער קאָמפּאָזיטאָר, וואָס האָט אויך געוווּנען פּרײַזן פֿאַר זײַנע שאַפֿונגען. צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי, אַליס, האָט ער געגרינדט די האַלפֿען פֿונדאַציע אין 1899, כּדי צו העלפֿן יונגע קאָמפּאָזיטאָרן. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט אויך געזאַמלט קונסט און זיי האָבן געקויפֿט בילדער פֿון מאָלער, וואָס זענען הײַנט־צו־טאָג שוין געוואָרן לעגענדעס, ווי, למשל, מאָנע, וואַן גאָך און רענואַר (וואָס האָט אויך געצייכט אַ פּאָרטרעט פֿון האַלפֿענען, ווען ער איז נאָך געווען אַ ייִנגל).

בשעת ער האָט געדינט אין דער אַרמיי, האָט האַלפֿען געגרינדט אַן אָרקעסטער, און איז געבליבן זײַן דיריגענט ביז זײַט טויט.

דעם קאָנצערט וועט אַרײַנפֿירן לאָר שנאַפּער, די פּרעזידענטקע פֿונעם „אייראָפּעיִשן אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער מוזיק‟, וואָס איז אויך אַ מוזיק־פֿאָרשערין. עס וועלן שפּילן דרײַ יונגע מוזיקערס: די פֿידלערין סעליאַ טריפּלע, די פּיאַניסטקע סעליאַ אָנעטאָ־בענסאַיִד און די זינגערין לאָר גאַרניע. דער רעפּערטואַר נעמט אַרײַן האַלפֿענס קאָמפּאָזיציעס, צווישן אַנדערע אַזעלכע וואָס ער האָט געשריבן אין שלאַכטפֿעלד, און אויך ווערק פֿון אַנדערע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון זײַן קינסטלערישער סבֿיבֿה ווי, למשל, גאַבריעל פֿאָרע און ריינאַלדאָ האַן.


ייִדישער כּלל־טוער מוטיקט די יוגנט אין פֿראַנקרײַך עולה צו זײַן קיין ישׂראל

דער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער קהילה אין טולוז, אַריאל בענסעמכון, איז לעצטנס פֿאַרבעטן געוואָרן אויף דער טעלעוויזיע־סטאַנציע 24 France לכּבֿוד דער צערעמאָניע פֿאַר דער יאָרצײַט פֿון דער טעראָריסטישער אַטאַקע אין 2012, וווּ עס זענען דערשאָסן געוואָרן פֿיר ייִדן.

בענסעמכון האָט געזאָגט, אַז ער איז זייער באַזאָרגט לגבי דער צוקונפֿט פֿון ייִדן אין דער טולוזער געגנט צוליב דעם נײַעם מין אַנטיסעמיטיזם, וואָס באַווײַזט זיך אין די לעצטע יאָרן. ער האָט געזאָגט, אַז די סיטואַציע ווערט וואָס אַ מאָל ערגער, און אַז ער מוטיקט יונגע ייִדן זיי זאָלן עולה זײַן קיין ישׂראל און נישט בלײַבן אין פֿראַנקרײַך. לויט אים זענען דאָ דרײַ פֿאַרשיידענע גרופּעס, וואָס זענען שטאַרק אַנטיסעמיטיש און וואָס אַנטוויקלען זיך זייער אין די לעצקע יאָרן — די רעכטס־ראַדיקאַלע, די לינקס־ראַדיקאַלע און די איסלאַמיסטן. ער זאָגט, אַז זינט דעם אַטנטאַט פֿון 2012 האָט זיך דער מצבֿ נישט פֿאַרבעסערט, נאָר געוואָרן גאָר ערגער. ער האָט ציטירט מאַנועל וואַלס וואָס איז נאָר וואָס געוואָרן פֿראַנקרײַכס נײַער פּרעמיער, און וואָס האָט מיט אַ פּאָר חדשים צוריק, ווען ער איז נאָך געווען אינערן־מיניסטער, געזאָגט, אַז עס זענען דאָ אין פֿראַנקרײַך נאָך הונדערטער „מוכאַמעד מעראַס‟ וואָס זענען גרייט צו אַטאַקירן. אין אַזעלכע באַדינגונגען, זאָגט אַריאל בענסעמכון, איז בעסער יונגע ייִדן זאָלן פֿאָרן ערגעץ אַנדערש וווּ, וווּ זיי וועלן קענען לעבן ווי ייִדן און נישט מורא האָבן.


אַ נײַע סעריע קאָנצערטן פֿון דער קלעזמער־גרופּע „געפֿילטע סווינג‟

די פּאַריזער קלעזמער־גרופּע „געפֿילטע־סווינג‟ האָט איצט אַ נײַע סעריע קאָנצערטן. די גרופּע עקזיסטירט שוין 15 יאָר אַן ערך, און נעמט אַרײַן הײַנט־צו־טאָג אַ זינגערין און פֿינף קלעזמאָרים. זיי באַשרײַבן זייער סטיל ווי קלעזמער „געפֿילט‟ מיט דזשעז און אַמעריקאַנער טאַנץ־מוזיק פֿון די 20ער און 30ער יאָרן; דאָס הייסט, מיט פֿאָקסטראָט, טשאַרלעסטאָן און טאַקע אויך מיט סווינג. לויט זיי האָט קלעזמער מוזיק אַ סך בשותּפֿותדיקע עלעמענטן מיט דזשעז, ווײַל ביידע סטילן זענען אַנטוויקלט געוואָרן פֿון פֿעלקער וואָס האָבן אַ סך גערײַזט. אין אַמעריקע האָט מען דערנאָך צונויפֿגעמישט די סטילן, און אָט דאָס איז דער „געפֿילטע־סווינג‟. און אויב איר האָט דווקא חשק אויף אַ געפֿילטע־פֿיש, קענט איר געפֿינען אַ גוטן רעצעפּט אויף זייער וועבזײַטל און עס צוגרייטן, זיך צוהערנדיק צו זייער מוזיק.

די ידיעות פֿון פּאַריז, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.