די ייִדישע קהילה אין דער איטאַליענישער שטאָט מילאַן האָט די וואָך געמאָלדן, אַז עמעצער האָט, אַ פּנים, צוגעגנבֿעט מיליאָנען דאָלאַר פֿון איר באַנק־קאָנטע.
„במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע עטלעכע חדשים, פֿירט מען דורך אַ רעוויזיע פֿון די ביכער פֿון דער קהילה,‟ האָט דער קהילה־פּרעזידענט, וואָלטער מאַגנאַגי, דערקלערט פֿאַר הונדערטער מיטגלידער פֿון דער קהילה, בעת אַ ספּעציעלער זיצונג.
„די רעוויזיע האָט אָנגעוויזן, אַז עמעצער האָט במשך פֿון אַ סך יאָרן אַרויסגענומען מיליאָנען אייראָס פֿון דער באַנקקאָנטע, דורך סובטילע, פֿאַרפֿירעשע מיטלען, און דערבײַ אויסגעמיטן די קאָנטראָלן, וואָס די קהילה האָט געהאַט אײַנגעפֿירט צו פֿאַרהיטן אַזאַ פֿאַרברעכן,‟ האָט מענאַגי געזאָגט. „דער מענטש האָט פּשוט אויסגעניצט אונדזער צוטרוי און גוטן ווילן.‟
מעגנאַגי האָט באַטאָנט, אַז די קהילה־פֿירער זענען חושד אַ געוויסע פּערזאָן, וועלכער האָט געשפּילט „אַ וויכטיקע ראָלע אין דער פֿינאַנציעלער און אַדמיניסטראַטיווער פֿאַרוואַלטונג פֿון דער קהילה‟. ער האָט צוגעגעבן, אַז דער ענין איז באַקאַנט געוואָרן, נאָך דעם ווי מע האָט פֿאַראַיאָרן אָפּגעזאָגט דעם פֿאַרדעכטיקטן פֿון זײַן פּאָזיציע נאָך זײַן האָבן געדינט 30 יאָר אויף דעם אַמט.
די יוסטיץ־אינסטאַנצן האָבן שוין אָנגעהויבן אַן אויספֿאָרשונג, אָבער נישט עפֿנטלעך אָנגעגעבן קיין פּרטים דערפֿון.
די געשיכטע פֿון די ייִדן אין מילאַן איז אַ לאַנגע, אָבער איז נישט תּמיד געווען אַ פֿריילעכע. די ערשטע ייִדן האָבן זיך דאָרט באַזעצט, אינעם ראַיאָן לאָמבאַרדי, אינעם פֿערטן יאָרהונדערט. לויט די דאָקומענטן וואָס זענען פֿאַרבליבן פֿונעם 12טן יאָרהונדערט, האָבן אַ סך פֿון די אָרטיקע ייִדן געאַרבעט ווי מלווים (הלוואה־געבער), אָבער אין 1320 האָט מען אַלע ייִדן פֿאַרטריבן פֿון דער שטאָט.
נאָך דעם ווי לאָמבאַרדי איז אַריבער אין די הענט פֿון עסטרײַך אין 1713, האָבן די ייִדן זיך ווידער באַזעצט אין מילאַן, וואָס איז שפּעטער געוואָרן אַ צענטער פֿון ייִדן.
הײַנט האָט מילאַן די צווייט־גרעסטע ייִדישע באַפֿעלקערונג אין איטאַליע. אין דער קרוינשטאָט, רוים, וווינען 15,000 ייִדן, און אין מילאַן — 10,000.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.