נישט לאַנג צוריק, האָט מען מיך צום ערשטן מאָל פֿאַרבעטן צו גיין מנחם־אָבֿל זײַן. שׂרה, אַן עלטערע ייִדישע פֿרוי אין די 90ער, וועלכע האָט געוווינט אינעם מושבֿ־זקנים, וווּ איך האָב געפֿירט וואָכנטלעכע סעמינאַרן וועגן וועלט־נײַעס, איז ניפֿטר געוואָרן. פֿאַר מיר איז זי געווען ווי אַ מין באָבע: אַ לוסטיקע און וואַרעמע, האָט זי ליב געהאַט אַרומצורעדן די אינטערנאַציאָנאַלע ענינים.
נאָך דער לוויה, האָב איך אָנגעטאָן מײַן יאַרמלקע און געפֿאָרן צום הויז פֿון איר זון. שמועסנדיק מיט שׂרהס קרובֿים, האָב איך זיי דערציילט, אַז שׂרה האָט שטאָלצירט מיט אירע דרײַ אייניקלעך — געראָטענע מוזיקאַנטן, שרײַבער און רעזשיסאָרן.
ממילא, האָב איך געפֿרעגט שׂרהס טאָכטער — די מאַמע פֿון די דערמאָנטע אייניקלעך, וואָס מיט צוויי פֿון זיי האָב איך זיך שוין פֿריִער געטראָפֿן — צי איך מעג אַרײַנקומען צו זיי אינעם קעלער־שטאָק. אַוודאי, האָט זי געענטפֿערט. די דרײַ יונגע־לײַט זענען געזעסן צוזאַמען מיט זייערע חבֿרטעס אויף אַ ווייכער פּלושענער סאָפֿע. ווען איך בין אַראָפּגעקומען, האָט איינער מיך פֿאַרבעטן זיך אויך אַנידערצוזעצן מיט זיי.
האָב איך געמיינט, אַז זיי פּלאַנירן צו זען אַ דאָקומענטאַלן פֿילם אין אָנדענק פֿון זייער ניפֿטר־געוואָרענער באָבע. צו מײַן עקל, האָבן זיי אָבער געקוקט אַ פּאָרנאָגראַפֿישן פֿילם. איך בין נישט קיין פּוריטאַנער, אָבער דער געדאַנק צו פֿאַרנעמען זיך מיט אַזאַ זאַך אין אַ שיבֿעה־הויז, גלײַך נאָך זייער באָבעס לוויה, האָט מיך שאָקירט.
„וואָס טוט איר?‟, האָב איך געפֿרעגט. „מיר קוקן נישט רעדאַקטירטע ווידעאָ־עפּיזאָדן‟, האָבן זיי געענטפֿערט. איך האָב פֿאַרלאָזט דאָס אָרט, און געפּרוּווט געדענקען, וואָס מע דאַרף טאָן אין אַ שיבֿעה־הויז: על־פּי־הלכה, טאָרן די אַבֿלים נישט קוקן קינאָ און טעלעוויזיע. דערצו, דאַרף מען זיצן אויף דער ערד אָדער אויף נידעריקע בענקלעך, און נישט אויף אַ באַקוועמער סאָפֿע. אמת, די אייניקלעך זענען נישט געווען די אַבֿלים. פֿונדעסטוועגן, ווי קענען זיי אַרויסווײַזן אַזאַ אומדרך־ארץ פֿאַר זייער באָבען, אינעם טאָג פֿון איר לוויה? דער פֿאַקט, וואָס פֿאַר די יונגע אייניקלעך איז פּאָרנאָגראַפֿיע וויכטיקער ווי דאָס אַבֿלות נאָך זייער באַליבטער באָבע, האָב איך נישט געקאָנט פֿאַרטראָגן.
אויב אַזאַ יוגנט האָט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ „גוטער ייִדישער משפּחה‟, פֿרעגט זיך אַ קשיא, וואָס וועט זײַן ווײַטער? עס קאָן זײַן, אַז די גרעסטע צרה אין די הײַנטצײַטיקע ייִדישע קהילות איז נישט די השפּעה פֿון די קריסטן אָדער איסלאַם, נאָר דער העדאָניסטישער און אומדרך־ארצדיקער גײַסט פֿון דער יוגנט. איך פֿיל, אַז איך זיץ נאָך אַלץ שיבֿעה פֿאַר מײַן „באָבע‟ שׂרה, ווײַל אירע אייניקלעך האָבן עס נישט געטאָן אַפֿילו דעם זעלבן טאָג, ווען זי איז באַערדיקט געוואָרן אינעם נאָר־וואָס אויסגעגראָבענעם קבֿר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.