טליה לאַקריץ, אַ 20־יאָריקע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע סטודענטקע פֿונעם „באַרנאַרד־קאָלעדזש‟, צוזאַמען מיט צוויי אירע חבֿרטעס, זענען אַראָפּגעקומען פֿון דער באַן אויף דער ניו־יאָרקער מעטראָ־סטאַנציע „קינגסטאָן־עוועניו‟, אינעם ברוקלינער ראַיאָן „קראָון־הײַטס‟, און געגאַנגען צו דער גאַלעריע, וווּ די פֿרומע אָרגאַניזאַציע „די שעפֿערישע נשמה‟ (The Creative Soul) האָט אָרגאַניזירט אַן אונטערנעמונג, וווּ אַלע פֿרויען קאָנען אַרײַנזינגען אינעם מיקראָפֿאָן.
אַ טייל פֿון די באַטייליקטע זענען געווען יונגע מאַמעס מיט וויינענדיקע עופֿעלעך, אָדער נאָך ייִנגערע מיידלעך, וועלכע האָבן מיטגעשלעפּט זייער גיטאַרעס. ס׳רובֿ אויפֿטריטן האָבן געהאַט אַ פֿרומען כאַראַקטער; מע האָט געזונגען וועגן אמונה און עבֿודת־השם. איין פֿרוי האָט פֿאָרגעלייענט אַ מעשׂה וועגן איר חתונה און וועגן אירע לעבנס־שוועריקייטן ווי אַ מאַמע.
די 20־יאָריקע טובֿה קאַמיאָנער, איינע פֿון לאַקריצס חבֿרטעס, איז אַנטציקט געוואָרן פֿון דער אונטערנעמונג, וואָס האָט פֿאַר איר אויסגעזען גאַנץ חידושדיק. אין די פֿרומע קרײַזן טאָרן פֿרעמדע מענער זיך נישט צוהערן צו „קול־אשה‟ — פֿרויען־זינגען. דערפֿאַר, האָט מען אין קראָון־הײַטס דורכגעפֿירט אַן אונטערנעמונג, וווּ מע האָט אַרײַנגעלאָזט בלויז פֿרויען, געבנדיק זיי דערמיט אַ מעגלעכקייט אויפֿצוטרעטן פֿאַר אַ ברייטן עולם.
לאַקריץ איז אויפֿגעטראָטן מיט איר אייגן ליד, וואָס טראָגט דעם נאָמען „סופּערהעלד‟ (Superhero). זי האָט באַמערקט, אַז די ווערטער שיידן זיך אונטער פֿון דער טיפּישער רעליגיעזער פּאָעזיע; זי האָט זיך אָבער קיינמאָל נישט געשעמט צו זינגען איר שאַפֿונג. אין מילוואָקי, וויסקאָנסין, פֿונוואַנען זיך שטאַמט, איז זי געוואָרן אַ פּופּולערער „סטאַר‟ צווישן אירע יונגע חבֿרטעס. אירע אויפֿטריטן אויפֿן „יוטוב‟ זענען באַגלייט מיט דער וואָרענונג „נאָר פֿאַר פֿרויען‟.
די זינגערין האָט אָבער באַמערקט, אַז הגם זי האָט געפֿונען פֿאַר זיך אַן עולם, פֿילט זי זיך צומאָל אומבאַקוועם מיטן איסור פֿון „קול־אשה‟. אַ טייל מענטשן האַלטן, אַז דער דאָזיקער איסור באַפֿרײַט זיי פֿון דער איבעריקער מענערישער השפּעה און דערמעגלעכט צו שאַפֿן אַ שטח, וווּ עס קאָנען זיך באַטייליקן בלויז פֿרויען. צומאָל ווילט זיך איר אָבער אויפֿטרעטן אין אַן אָרט, וווּ עס זיצן פֿרויען און מענער צוזאַמען.
נישט אַלע אָרטאָדאָקסישע גרופּעס אינטערפּרעטירן דעם איסור אויפֿן זעלבן אופֿן. אַ טייל זענען מתּיר צו הערן אַ פֿרוי זינגען אויפֿן ראַדיאָ, אָבער נישט אויף אַ קאָנצערט. אַ טייל פֿאַרווערן צו הערן אויך רעקאָרדירונגען. אין מער מאָדערנע קרײַזן, לאָזט מען די פֿרויען זינגען פֿרײַ.
עלאַנאַ שטאָקמאַן, אַ פֿרומע פֿעמיניסטקע, גלייבט, אַז יעדער מאַן זאָל פֿאַר זיך אויך באַשליסן, צי מע זאָל אָננעמען דעם דאָזיקן איסור. זי האָפֿט, אַז עס וועט קומען אַ צײַט, ווען אַ מאַן וועט קאָנען זיך צוהערן צו אַ פֿרוי בלויז ווי צו אַ שיינער זינגערין, און נישט קוקן אויף איר ווי אויף אַ סעקסועלן אָביעקט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.