פּראָפֿעסאָרן פֿונעם סידנעיער אוניווערסיטעט און בר-אילן אוניווערסיטעט האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט אַ נײַע אויספֿאָרשונג וואָס טאַדלט ווי אַזוי די העברעיִשע שפּראַך און ייִדישע שטודיעס ווערן געלערנט אין די אויסטראַלישע ייִדישע טאָגשולן.
די אויספֿאָרשונג ווײַזט, אַז די פּריאָריטעטן פֿונעם עלטערן דור זײַנען נישט די פּריאָריטעטן פֿונעם הײַנטיקן דור סטודענטן און אַז די קוריקולומס מוזן דערפֿאַר ווערן געענדערט. דאָס באַריכט גיט איבער, אַז 48% פֿון די סטודענטן מיט וועמען זיי האָבן גערעדט פֿאַראינטערעסירן זיך מיט אינפֿאָרמעלע ייִדישע לימודים, אין פֿאַרגלײַך מיט 12%, וועלכע ווילן זיך לערנען וועגן דעם חורבן. די פּראָפֿעסאָרן טענהן, אַז מיר שטייען פֿאַר אַ נײַער תּקופֿה אין ייִדישן לעבן און אַז דאָס פֿאָדערט אַ נײַעם צוגאַנג צום קוריקולום. זיי פֿאָדערן אויך אַז די העברעיִשע שפּראַך זאָל געלערנט ווערן פֿון לאָקאַלע לערערס וועלכע פֿאַרשטייען די לאָקאַלע ייִדישע קולטור בעסער ווי אימפּאָרטירטע ישׂראלדיקע לערערס און צו לערנען דעם עצם פֿון ייִדישע שטודיעס באַנוצנדיק זיך מיט אַלע מאָדערנע קאָמוניקאַציע-מיטלען. זיי האָבן אויך געפֿאָדערט אַ פּלוראַליסטישן צוגאַנג צו ייִדישע שטודיעס, כּדי די סטודענטן זאָלן קענען באַשטימען פֿאַר זיך ווי אַזוי אויסצודריקן זייער ייִדישן באַוווּסטזײַן.
דער מעלבורנער חורבן פֿאָרש-צענטער און מוזעום האָט געמאָלדן וועגן אַ נײַעם קורס וועגן דעם חורבן, וואָס וועט זיך טרעפֿן זיבעצן מאָל און וואָס וועט געלערנט ווערן פֿון פּראָפֿ’ ביל אַנדערסאָן פֿון „דיקאָן אוניווערסיטעט‟. דער קורס וועט אַרומנעמען די טעמעס — דאָס ייִדישע לעבן אין אייראָפּע פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה, נאַצישער פּאָליטיק און ווי אַזוי זיי האָבן זי אײַנגעפֿירט, די באַפֿרײַונג און נאָך. דער קורס הייבט זיך אָן הײַנט בײַ נאַכט.
ד”ר דעני לאַם איז דערוויילט געוואָרן ווי דער פּרעזידענט פֿון דער ציוניסטישער פֿעדעראַציע פֿון אויסטראַליע בײַ איר יערלעכער אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג. ער דינט אויך אויף דער עקזעקוטיווע פֿון דער „סוכנות‟ און ווי דער פֿאָרזיצער פֿון איר עליה־אָפּטיילונג; אויף דער עקזעקוטיווע פֿון דער אַלוועלטלעכער ציוניסטישער אָרגאָניזאַציע און אויף דער עקזעקוטיווע פֿון דער ירושה-קאָנפֿערענץ. ער האָט פֿריִער געדינט ווי דער פּרעזידענט פֿון דער לאָקאַלער „מיזרחי‟ אָרגאָניזאַציע; פּרעזידענט פֿונעם ציוניסטישן ראַט פֿון וויקטאָריע און פֿונעם עקזעקוטיוו-ראַט פֿון אויסטראַלישן ייִדנטום.
נתן שטשאַראַנסקי, דער פֿאָרזיצער פֿון דער „סכנות‟, האָט געלויבט דעם אויסטראַלישן ייִדנטום בעת זײַן וויזיט דאָ אין לאַנד. ער האָט ספּעציעל געלויבט אויסטראַליעס ציוניסטישע יוגנט-גרופּעס. ער האָט באַקומען אַ שטייענדיקע אָוואַציע בײַ דער קאָנפֿערענץ פֿון דער ציוניסטישער אָרגאָניזאַציע פֿון אויסטראַליע.
דאָס „משה־הויז‟ אין מעלבורן איז געווען דאָס ערשטע „משה־הויז‟ אין אויסטראַליע, ווען עס האָט זיך געעפֿנט אין מאַרץ 2013. עס זײַנען פֿאַראַן כאָטש 60 אַזעלכע הײַזער איבער גאָר דער וועלט, וועמענס ציל איז צו זײַן אַ קאָאָפּעראַטיווע פֿאַר צוקונפֿטיקע ייִדישע אָנפֿירערס. די אײַנוווינער גרייטן צו צווישן זעקס און נײַן אונטערנעמונגען יעדן חודש, כּדי צוצוציִען אַנדערע יונגע ייִדן. די טעמעס זײַנען: לערנען זיך וועגן ייִדישקייט, לערנען זיך וועגן דער ייִדישער קולטור און די יום-טובֿים, תּיקון-עולם און ריין געזעלשאַפֿטלעכע אונטערנעמונגען. דאָס מעלבורנער „משה־הויז‟ האָט אויפֿגענומען אַן ערך צוויי טויזנט געסט בײַ זיבעציק אונטערנעמונגען במשך פֿונעם יאָר. די קאָסטן פֿונעם „משה־הויז‟ ווערן געדעקט פֿון קהלישע פֿאָנדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.