אין דעם ערשטן זומער פֿונעם הײַנטיקן יאָרהונדערט האָט מײַן משפּחה געמאַכט אַ רײַזע אין רוסלאַנד — אַ וואָך צי אַפֿילו מער מיט אַ שיף, איבער די טײַכן וואָלגע און אַקאָ. יעדן טאָג פֿלעגן מיר זיך אָפּשטעלן אין עפּעס אַ שטאָט, דאָרטן אַרומשפּאַצירן און דערנאָך זיך ווידער לאָזן אין וועג אַרײַן. איך געדענק שוין ניט פּינקטלעך דעם מאַרשרוט פֿון אונדזער קרויִז. אָבער איך געדענק, און וועל קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן, ווי אין אייניקע ערטער זײַנען אויפֿן ברעג, ניט ווײַט פֿון אונדזער שיף, געשטאַנען יונגע שיינע אַרמענישע פֿרויען, מיט קינדער, און טרויעריק געקוקט אויף אונדזער יום-טובֿדיקן אָפּשווימען פֿונעם טײַך-פּאָרט, באַגלייט מיט מוזיק .
דאָס זײַנען געווען די אַרמענער, וועלכע האָבן געמוזט אַנטלויפֿן פֿון אַזערבײַדזשאַן, ווען דאָרטן זײַנען קעגן זיי אַדורך בלוטיקע פּאָגראָמען. געשען איז עס צום סוף פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה. ווי אַ פּועל-יוצא, זײַנען הײַנט אין אַזערבײַדזשאַן פֿאַרבליבן נאָר געציילטע אַרמענער. די טעריטאָריע, וואָס הייסט נאַגאָרנאָ-קאַראַבאַך איז געוואָרן, און בלײַבט נאָך אַלץ, די סיבה פֿאַר דעם קאָנפֿליקט צווישן די צוויי פֿעלקער. די דאָזיקע טעריטאָריע, באַפֿעלקערט דער עיקר דורך אַרמענער, האָט אַ לאַנגע געשיכטע פֿון מלחמות און מיגראַציעס. צוליב כּלערליי פּאָליטישע גורמים, האָט מען פֿון דעם נאַגאָרנאָ-קאַראַבאַך געמאַכט אין די סאָוועטישע צײַטן אַן אויטאָנאָמיע, אָבער אין באַשטאַנד פֿון אַזערבײַדזשאַן. און אַזוי האָט זיך עס געהאַלטן, ווי אַ מין צײַט-באָמבע, ביז די סוף 1980ער יאָרן, ווען נאַציאָנאַלע באַוועגונגען זײַנען געוואָרן אַקטיוו (און בלוטיק) אין אַ סך טיילן פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.
ניט געקוקט אויף אַלע אינטערנאַציאָנאַלע באַמיִונגען, זעט מען ניט קיין סוף פֿון דעם קאָנפֿליקט צווישן די צוויי קאַווקאַזישע נאַציעס, די קריסטלעכע אַרמענער און די מוסולמענישע, קרובֿישע מיט די טערקן אַזערבײַדזשאַנער. דאָס הייסט, אַז אַרמעניע האָט אַ לאַנגע גרענעץ מיט אַזערבײַדזשאַן, אַ פֿײַנטלעך לאַנד, פֿון איין זײַט, און מיט טערקײַ, פֿײַנטלעך נאָך זינט דעם גענאָציד מיט אַ יאָרהונדערט צוריק און אַפֿילו פֿריִער, פֿון דער צווייטער זײַט.
(דעם 24סטן אַפּריל וועט מען אין אַ סך לענדער אָפּמערקן דעם טאָג פֿונעם אַרמענער גענאָציד אין טערקײַ אין יאָר 1915.) און צוויי גרענעץ-ליניעס האָט אַרמעניע מיט מדינות, מיט וועלכע זי האָט נאָרמאַלע באַציִונגען: גרוזיע און איראַן. קיין צוטריט צו קיין ים איז בײַ אַרמעניע ניטאָ. קיין נאַפֿט און קיין גאַז איז אויך ניטאָ. קיין ממשותדיקע אינדוסטרויע זעט מען דאָרטן ניט, און קיין לאַנדווירטשאַפֿטלעכער גן-עדן איז עס זיכער ניט, ווײַל אַ גרויסער טייל פֿונעם לאַנד איז באַרגיק.
וואָס זשע בלײַבט? עס בלײַבט ווייניק און עס בלײַבט, אַז מענטשן פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד, און די באַפֿעלקערונג האַלט אין איין פֿאַלן. אייניקע טוען עס בלויז צײַטווײַליק, אַנדערע — אויף שטענדיק. ס׳רובֿ פֿאָרן קיין רוסלאַנד, פֿון וואַנען מע שיקט געלט, און דאָס שאַפֿט אַ וויכטיקן בײַטראָג אין דער עקאָנאָמיע. בסך-הכּל, וווינען הײַנט אין רוסלאַנד בערך אַזוי פֿיל אַרמענער ווי אין אַרמעניע גופֿא. מע שאַצט, אַז אַרום 10 פּראָצענט פֿון די אַרמענישע בירגער האָבן אַ צווייטן פּאַס — אַ רוסישן. קיין חידוש ניט, אַז אַרמעניע פֿירט זיך אויף ווי אַ געטרײַער וואַסאַל פֿון מאָסקווע.
איז דאַכט זיך — ווער וועט פֿאָרן צו באַזעצן זיך אין אַזאַ אָרט, וווּ דער מצבֿ איז גאָר ניט קיין גרינגער? אָבער אַזעלכע זײַנען פֿאַראַן: דאָס זײַנען אַרמענער-פּליטים פֿון סיריע. שוין הײַנט זײַנען דאָ אין אַרמעניע טויזנטער אַזעלכע לײַט. דאָס לאַנד באַקומט שטיצע מצד דער „יו־ען‟, פֿאַרשיידענע אינטערנאַציאָנאַלע און אַרמענישע אָרגאַניזאַציעס און יחידים. מע העלפֿט צו באַזאָרגן די פּליטים מיט וווינונגען און אַרבעט.
בינו-לבינו, גרייט מען זיך אויפֿנעמען מער פּליטים, ווידער פֿון סיריע. די רייד גייט וועגן די תּושבֿים פֿון דעם אַלטן אַרמענישן ייִשובֿ קאַסאַב, די יאָרטויזנט-לאַנגע געשיכטע פֿון וועלכן ס׳האָט זיך אפֿשר פֿאַרענדיקט מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, ווען אַהין זײַנען אַרײַן די איסלאַמיש-פֿונדאַמענטאַליסטישע מיליטערלײַט. די מיליטאַנטן זײַנען געקומען פֿון טערקײַ, און עס זעט אויס, בכלל, אַז טערקײַ שפּילט אַ מיאוסע ראָליע אין דער גאַנצער געשיכטע. די אַרמענער זײַנען אין סיריע די ערשטע צײַט געווען נייטראַל אין דעם בירגערקריג, וואָס גייט דאָרטן אָן. אָבער זייער לאַנג האָט דער דאָזיקער נייטראַליטעט ניט געקענט אָנהאַלטן אין אַ קאָנפֿליקט, וואָס איז וואָס ווײַטער געוואָרן אַלץ מער אַ רעליגיעזער. אַזוי זײַנען די קריסטלעכע אַרמענער געוואָרן „לעגיטימע צילן‟ פֿאַר איסלאַמיסטן. קיין חידוש ניט, אַז די סימפּאַטיעס פֿון אַרמענער זײַנען איצט געוויינטלעך אויף דער זײַט פֿון דער מער אָדער ווייניקער וועלטלעכער סירישער רעגירונג פֿון באַשאַר אַל-אַסאַד.
אַזוי צי אַזוי, זײַנען הײַנט בערך צוויי טויזנט אַרמענער אַנטלאָפֿן פֿון קאַסאַב אין דער געגנט, וואָס געפֿינט זיך אונטערן קאָנטראָל פֿון דער מלוכישער אַרמיי. ס׳איז גאָר ניט אויסגעשלאָסן, אַז לכל-הפּחות אייניקע פֿון זיי וועלן קומען קיין אַרמעניע.
אַ סבֿרא, אַז טערקײַ האָט פֿאַרקאָכט די גאַנצע קאַשע צוליב אינערלעכער פּאָליטיק. דעם טערקישן פֿירער רעדזשעפּ ערדאָגאַן קען אַ ווײַטערדיקע עסקאַלאַציע פֿון דעם קאָנפֿליקט (ער רעדט שוין וועגן אַ מלחמה) מיט סיריע העלפֿן צו קאָנסאָלידירן דעם המון אַרום זײַן נאַציאָנאַליסטישער פּאַרטיי. דערווײַל האָט ערדאָגאַן נישט־ווילנדיק געגעבן אַ מתּנה דעם רוסישן רעזשים, וואָס איז תּמיד געווען אויף דער זײַט פֿון באַשאַר אַל-אַסאַדס רעגירונג. הײַנט קען די מאָסקווער פּראָפּאַגאַנדע טענהן, אַז טערקײַ און די „נאַטאָ‟-מדינות בכלל שטיצן אַ מערדערישע איסלאַמיסטישע באַוועגונג, בעת רוסלאַנד און איר וואַסאַל אַרמעניע זײַנען אויף דער זײַט פֿון דער אַרמענישער קריסטלעכער מינאָריטעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.