מערימאַ קליוטשאָ איז אויפֿגעוואַקסן אין באָסניע. פֿון קינדווײַז אָן, האָט זי געוווּסט וועגן דער באַרימטער סאַראַיעווער הגדה — אַ 600־יאָריקער אילוסטרירטער ייִדישער כּתבֿ־יד, וואָס געפֿינט זיך איצט אינעם באָסנישן נאַציאָנאַלן מוזיי. די אוראַלטע הגדה איז אָנגעקומען, צוזאַמען מיט די פֿאַרטריבענע ספֿרדישע ייִדישע ייִדן, פֿון שפּאַניע קיין איטאַליע, און דערנאָך קיין סאַראַיעוואָ.
מיט פֿיר יאָר צוריק, האָט קליוטשאָ איבערגעלייענט דזשעראָלדין ברוקסעס היסטאָרישן ראָמאַן „People of the Book‟ וועגן דער סאַראַיעווער הגדה, פּובליקירט אינעם יאָר 2008. ברוקס האָט געוווּנען דעם „פּוליצער פּרײַז‟ פֿאַר אירע רעפּאָרטאַזשן וועגן דער מלחמה אין באָסניע אינעם „וואָל־סטריט זשורנאַל‟. צוליב דעם שטאַרקן אײַנדרוק פֿונעם דאָזיקן בוך אויף קליוטשאָ, האָט זי זיך אָפּגעגעבן מיט אַ מוזיקאַלישן קונסט־פּראָיעקט, פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע פֿונעם באַרימטן כּתבֿ־יד.
קליוטשאָ האָט איבערגעגעבן, אַז זי אַליין האָט אויך געמוזט פֿאַרלאָזן איר היימלאַנד, באָסניע, אין זיך באַזעצן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן „בײַ די אויסטערלישסטע און שווערסטע אומשטענדן‟; דערפֿאַר האָט זי געפֿילט, אַז אין דער געשיכטע וועגן דער וואַנדערנדיקער אַלטער הגדה שפּילט זיך אָפּ איר אייגן לעבן. אין איר מעדיאַ־קאָמפּאָזיציע, וואָס הייסט The Sarajevo Haggadah: Music of the Book („די סאַראַיעווער הגדה: די מוזיק פֿונעם בוך‟), האָבן אָנטיילגענומען דער פּיאַניסט סעט קנאָפּ און דער אַנימאַציע־קינסטלער באַרד וווּדסטראָפּ. קליוטשאָ אַליין איז וועלט־באַקאַנטע אַקאָרדעאָניסטקע.
די ערשטע פּרעמיערע פֿונעם קאָנצערט, באַגלייט מיט אַ ווידעאָ־פּרעזענטאַציע, איז פֿאָרגעקומען סוף מאַרץ אין פּוטני, ווערמאָנט, וווּ קליוטשאָ האָט פֿריִער געוווינט. דערנאָך איז זי אויפֿגעטראָטן בעתן באָסטאָנער ייִדישן מוזיק־פֿעסטיוואַל. אין דער נאָענטער צוקונפֿט וועלן פֿאָרקומען אירע קאָנצערטן אין דאַלאַס, סאַן־פֿראַנציסקאָ, טאָראָנטאָ און אָסטין, טעקסאַס.
ענדרו אינגאַל, דער געוועזענער דירעקטאָר פֿון דער „נעץ פֿאַר נײַער ייִדישער קולטור‟ בײַ דער „פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער קולטור‟, האָט איבערגעגעבן, אַז קליוטשאָ קאָמבינירט די הײַנטצײַטיקע מוזיק מיט דער ספֿרדישער טראַדיציע. זײַן אָרגאַניזאַציע, וועלכע האָט געגעבן דאָס געלט פֿאַרן פּראָיעקט, האָט נישט לאַנג צוריק געמוזט זיך פֿאַרמאַכן צוליב פֿינאַנציעלע שוועריקייטן.
דער איין־שעהיִקער קאָנצערט באַשטייט פֿון 12 טיילן און דערציילט וועגן דער געשיכטע פֿון דער לאַנגער סאַראַיעווער הגדה. דער פֿראַגמענט וועגן דער בלאָקאָדע פֿון סאַראַיעוואָ, באַלאַגערט פֿון אַפּריל 1992 ביז פֿעברואַר 1996 דורך דער סערבישער אַרמיי, קלינגט באַזונדערס רירנדיק און טראַגיש; קליוטשאָס אַקאָרדעאָן הייבט אָן ממש וויינען.
די פּרעכטיקע הגדה איז געשאַפֿן געוואָרן אין אַראַגאָן, שפּאַניע, צווישן 1330 און 1350. אַחוץ די פּסחדיקע מאָטיוון, אַנטהאַלט זי אַ פֿולן ציקל פֿון אילוסטראַציעס צום גאַנצן חומש בראשית און שמות. ס׳איז מערקווירדיק, אַז אינעם 20סטן יאָרהונדערט איז די הגדה צוויי מאָל געראַטעוועט געוואָרן דורך מוסולמענער, וועלכע האָבן זיך ממש מוסר־נפֿש געווען, כּדי זי אָפּצוהיטן — בעת דער נאַצי־אָקופּאַציע און בעת דער סערבישער בלאָקאַדע אין די 1990ער יאָרן.
אַחוץ דער ספֿרדישער מוזיק, האָט קליוטשאָ אויך ליב ייִדישע לידער. זי איז שוין אַ סך מאָל אויפֿגעטראָטן מיט די באַרימטע ייִדיש־זינגער שוראַ ליפּאָווסקי און טעאָדאָר ביקעל, ווי אויך מיט דער פּיאַניסטיקע טאַמאַראַ ברוקס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.