יעלון: ווידער כעמישע אַטאַקן אין סיריע

Israeli Official: Assad Used Chemical Weapons

די גאַסן פֿון אַלעפּאָ נאָך אַ לופֿט־באָמבאַרדירונג פֿון אַסאַדס רעגירונג דעם 6טן אַפּריל
ZEIN AL-RIFAI/AFP/Getty Images
די גאַסן פֿון אַלעפּאָ נאָך אַ לופֿט־באָמבאַרדירונג פֿון אַסאַדס רעגירונג דעם 6טן אַפּריל

Published April 08, 2014, issue of April 25, 2014.

מאָנטיק, דעם 7טן אַפּריל, בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ וועגן דער אַנטוואָפֿונג פֿונעם כעמישן אַרסענאַל אין סיריע, האָט דער ישׂראלדיקע שוץ־מיניסטער, משה יעלון, געמאָלדן, אַז מיט צען טעג צוריק האָבן די כּוחות פֿונעם סירישן פּרעזידענט, באַשאַר אַסאַד, ווידער אויסגענוצט אַ געוויסן שטאָף גאַז אין דמשׂק, וואָס האָט נייטראַליזירט די אויפֿשטענדלער אויף עטלעכע שעה.

מיט אַ יאָר צוריק, האָבן די ישׂראלדיקע מיליטערישע אויסשפּיר־דינסטן געמאָלדן, אַז אַסאַדס אַרמיי האָט אויסגענוצט דאָס עכטע כעמישע געווער. מע האָט זיך משער געווער, אַז דאָס איז געווען זאַרין — אַ סכּנותדיקער פּאַראַליטישער גאַז, קלאַסיפֿיצירט לויט דער „יו־ען‟ ווי אַ מיטל פֿון מאַסן־פֿאַרניכטונג. אין אויגוסט 2013, האָט דאָס סירישע מיליטער דורכגעפֿירט אַ כעמישן אַטאַק לעבן דמשׂק, אין וועלכן עס זענען אומגעקומען ביז 1,400 מענטשן.

דער דאָזיקער אינצידענט האָט שאָקירט די אינטערנאַציאָנאַלע געזעלשאַפֿט, וועלכע האָט געדריקט אויף סיריע אָנצונעמען דעם אָפּמאַך מיט רוסלאַנד, לויט וועלכן אַסאַדס רעגירונג האָט במשך פֿון די לעצטע חדשים פּטור געוואָרן פֿון ס׳רובֿ זײַנע כעמישע וואָפֿן־מיטלען. די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט אַכטונג געגעבן, דאָס וואָפֿן זאָל נישט אַרײַנפֿאַלן בעת דעם אַנטוואָפֿענונג־פּראָצעס אין די הענט פֿון „כעזבאָלאַ‟.

בעת דעם לעצטן אינצידענט, לויט יעלונס ידיעה, האָט אַסאַדס אַרמיי אויסגענוצט נישט־טויטלעכע מיטלען, וועלכע האָט בלויז פּאַראַליזירט זײַנע קענגער אויף אַ ווײַל. דער אויסגענוצטער שטאָף געפֿינט זיך נישט אין דער רשימה פֿון די וואָפֿן־מאַטעריאַלן, פֿון וועלכע סיריע האָט מסכּים געווען פּטור צו ווערן. אַ טייל קוואַלן האָבן זיך אָבער משער געווען, אַז נישט געקוקט אויף דעם, וואָס דאָס אויסגענוצטע געווער איז געוויינטלעך נישט טויטלעך, זענען פֿיר מענטשן אומגעקומען דעם 27סטן מאַרץ בעת דעם גאַז־אַטאַק.