איבערזעצן פֿון ייִדיש — אַן אָנגעווייטיקטער ענין

Translating Yiddish Lit: Painful but Necessary

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published April 10, 2014, issue of April 25, 2014.

אין די לעצטע יאָרן רעדט מען אַ סך וועגן איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אויף ענגליש. אין דעם ענין לייגט מען אַפֿילו אַרײַן געלט. און דער געדאַנק איז באמת ניט קיין שלעכטער: מאַכן ייִדישע ווערק צוטריטלעך פֿאַרן עולם, וועלכער איז, נעבעך, ניט בכּוח עס איבערצולייענען אין אָריגינאַל. אָבער ווי איך האָב שוין געשריבן ניט איין מאָל — איז עס אַ האַלבע אַרבעט. מע דאַרף נאָך געפֿינען אַ בעלן צו קויפֿן די איבערזעצונגען. דערווײַל זעט מען עס ניט.

מיר ווייסן, אַז דאָס אינטערנעץ-געשעפֿט „אַמאַזאָן‟ ווײַזט דאָס אָרט, וואָס דאָס בוך פֿאַרנעמט לויט דער צאָל פֿאַרקויפֿטע עקזעמפּלאַרן. אמת, עס בלײַבט ניט קלאָר, אויף וואָס פֿאַר אַ צאָל פֿאַרקויפֿטע קאָפּיעס ווײַזט דאָס דאָזיקע אָרט אָן. עס זײַנען באַוווּסט נאָר געוויסע אָפּשאַצונגען. למשל, טאָמער דאָס אָרט געפֿינט זיך ערגעץ צווישן 50,000 און 100,000, מיינט עס אַז בערך איין עקזעמפּלאַר פֿאַרקויפֿט זיך יעדן טאָג.

האָב איך אַ קוק געטאָן, וואָס פֿאַר אַ מזל (אָדער שלימזל) האָבן צוויי גוטע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש, וועלכע זײַנען אַרויס במשך פֿון די לעצטע יאָרן: ל. שאַפּיראָס „דער צלם און אַנדערע ייִדישע געשיכטעס‟ און דוד בערגעלסאָנס „נאָך אַלעמען‟. שאַפּיראָס בוך געפֿינט זיך אויפֿן אָרט 2,637,448 און בערגעלסאָן – אויפֿן אָרט 1,049,094. פּראַקטיש מיינט עס, אַז מע קויפֿט די ביכער איין מאָל אין אַ פּורים, אָדער אפֿשר טרײַב איך איבער און מע „צעכאַפּט‟ אַ צענדליק צי אַ פּאָר צענדליק ביכער אין משך פֿון אַ יאָר. וועט איר זאָגן: „סטײַטש, אָבער מע קויפֿט עס אויך אין אַנדערע געשעפֿטן‟. זיכער. אָבער סײַ-ווי-סײַ קיין ממשותדיקע צאָל איז עס ניט, אַפֿילו מיט די אַנדערע קניות.

און פֿון וואַנען וועלן זיך נעמען אמתע אויסכאַפּענישן אויף ביכער פֿון ייִדישע מחברים, אַז מע ווייסט ניט וועגן זיי? די הײַנטיקע ייִדישע יונגט האָט בדרך-כּלל ניט געהערט וועגן שלום-עליכמען, און דאָ פּלוצעם — שאַפּיראָ צי בערגעלסאָן. למשל, דער Forward האָט וועגן בערגעלסאָנען געשריבן מיט אַ יאָר נײַן צוריק, און דערנאָך איז זײַן נאָמען נאָר דערמאָנט געוואָרן עטלעכע מאָל, צווישן אַנדערע נעמען. טאָ וואָס וועלן זיך די לייענער פֿון דעם Forward וואַרפֿן צו באַשטעלן אַ בוך פֿון אַ מחבר, וועגן וועלכן זיי (און מיר דאַכט זיך, אַז ס׳רובֿ זשורנאַליסטן פֿון דעם „פֿאָרווערטס‟) האָבן גאָרנישט צי כּמעט גאָרנישט ניט געהערט?

פֿאַר וואָס האָב איך זיך צוגעטשעפּעט צום ענגלישן „פֿאָרווערטס‟? ערשטנס, ווײַל דאָס איז אַ צײַטונג, וואָס ווערט געלייענט דורך טויזנטער אינטעליגענטע לייענער. צווייטנס, ווײַל דאָס איז די צײַטונג, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אויפֿן יסוד פֿון דער ייִדיש-קולטור (און ייִדיש-געלט). אָבער מע זעט ניט, זי זאָל ווײַזן כאָטש עפּעס אַ שמץ דרך-ארץ צו איר ייִחוס. וועגן דעם איז שוין ניט איין מאָל גערעדט און געשריבן געוואָרן. איך האָב אויך אַרײַנגעוואָרפֿן אַ פּאָר ווערטער, אָבער מע זעט ניט, אַז עפּעס זאָל זיך בײַטן. און אויב דער Forward מיאוסט זיך מיט ייִדיש, טאָ וואָס קען מען שוין דערוואַרטן פֿון אַנדערע ענגלישע צײַטונגען?

***

איך וועל גלײַך אַריבערגיין צו פּראָפּאַגאַנדע: קויפֿט דאָס נײַע בוך פֿון אַניטע (חנה) נאָריך. דאָס איז אַ גלענצדיקע, קלוגע און זייער גוט אָנגעשריבענע פֿאָרשונג, וואָס אַנאַליזירט פּראָבלעמען פֿון איבערגעבן ייִדישע ליטעראַרישע טעקסטן אויף ענגליש. דאָס בוך הייסט Writing in Tongues: Translating Yiddish in the Twentieth Century און איז פֿול מיט אינטערעסאַנטע געדאַנקען וועגן סײַ טעאָרעטישע סײַ פּראַקטישע פֿראַגן. און מאָראַלישע אויך.

אַניטע נאָריך באַרירט די אָנגעווייטיקטע פּראָבלעם פֿון איבערזעצן פֿון ייִדיש: צי הייסט עס ניט, אַז דערמיט ווערט אין גאַנצן פֿאַרגעסן דער אָריגינאַל? וויפֿל מענטשן לייענען הײַנט אלי וויזעלס „נאַכט‟ אויף ייִדיש? איך האָב אַרײַנגעקוקט, ווי האַלט עס מיט נאָר איין אויפֿלאַגע פֿון זײַן בוך אויף ענגליש — ס׳איז אויפֿן אַ זייער בכּבֿודיקן 9,734טן אָרט! גלײַכצײַטיק פֿאַרקויפֿט מען שוין אָבער ניט דעם ייִדישן נוסח.

פֿון דן אָפּאַטאָשו, יוסף אָפּאַטאָשוס אייניקל (דער לייענער פֿון דער צײַטונג ווייסט, בלי-ספֿק, אָז יוסף אָפּאַטאָשו איז געווען איינער פֿון די פּאָפּולערסטע ייִדישע פּראָזאַיִקער אין 20סטן יאָרהונדערט), האָב איך געהערט, אַז זײַן זיידע האָט זיך ווייניק אינטערעסירט מיט איבערזעצונגען. אפֿשר טאַקע, ווײַל ער האָט עס געהאַלטן פֿאַר אַ מין פֿאַרראַט.

וועגן דעם שרײַבט אויך אַניטע נאָריך. זי פֿאַרגלײַכט פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן פֿון איבערזעצונגען פֿון דעם זעלביקן ייִדישן קינסטלערישן טעקסט, בפֿרט פֿון אַבֿרהם סוצקעווערס געניאַלן ליד „ווער וועט בלײַבן? וואָס וועט בלײַבן?‟ טאַקע וואָס וועט בלײַבן ווי די ייִדישע ליטעראַטור פֿאַר די לייענער, וואָס קענען עס אָפּשאַצן נאָר אויף ענגליש?

***

איך האָב זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף דער ענגליש-שפּראַכיקער פּרעסע, וואָס שפּילט זייער אַ באַגרענעצטע ראָליע אין דעם הײַנטיקן דיסקורס וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור. דאָס הייטס אָבער ניט, אַז איך רוף צום אויפֿהערן איבערזעצן פֿון ייִדיש אויף ענגליש, ווי אויך אַנדערע שפּראַכן. זאָל מען כאָטש לייענען די איבערזעצונג, און איך און אַזעלכע ווי איך קענען זיי אויסנוצן אין קלאַס. און ס׳איז גוט, אַז מיר האָבן איצט אַזאַ געראָטענע נײַע פֿאָרשונג פֿון דער מלאכה אַליין — דער איבערזעצונג פֿון ייִדיש אויף ענגליש.