צי מעג אַ פֿרוי מאַכן און טראָגן אַ טלית־קטן? די חז״ל — מענער — האָט געפֿירט אַ דיסקוסיע אויף דער דאָזיקער טעמע נאָך מיט 2,000 יאָר צוריק. איצט, האָט אַ גרופּע יונגע פֿרויען באַשלאָסן צו ווײַזן זייערע אייגענע הענט, אַז זיי מעגן יאָ.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט מאַיאַ ראָזען, אַ 19־יאָריק מיידל, וואָס טראָגט שוין דרײַ יאָר לאַנג אַן אַליין־געמאַכטן טלית־קטן, געגרינדעט די נישט־קאָמערציעלע אָרגאַניזאַציע „נציצות‟, וואָס וועט באַזאָרגן פֿרויען מיט ציצית. צוערשט, האָט זי דערציילט, האָט זי זיך געפֿילט זייער איזאָלירט. אַ סך אַנדערע פֿרויען האָבן געוואָלט באַקומען אַ סמיכה אויף רבנות אָדער טראָגן אַ יאַרמלקע, אָבער נישט געטראַכט וועגן דער דאָזיקער מיצווה. ראָזען האָט זיך פֿאַרטראַכט און באַשלאָסן, אַז דער סיבה איז זייער פּשוט. לויט איר מיינונג, זענען די מענערישע טלית־קטנס נישט באַקוועם פֿאַר אַ פֿרוי.
בערך 50 מענטשן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אין אַ ניו־יאָרקער דירה, כּדי צו העלפֿן דער נײַער אָרגאַניזאַציע אַרויסצולאָזן די ערשטע סעריע פֿון אייגנאַרטיקע טלית־קטנס, וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר 60 איבערגעמאַכטע ווײַסע ווײַבלעכע וועסטלעך, געקויפֿט אין דער קראָם „H&M‟. די באַטייליקטע האָבן צעטיילט די פֿאָדערשטע און הינטערשטע זײַטן פֿון די וועסטלעך, כּדי צו שאַפֿן אַן אַרבע־כּנפֿות — אַ בגד מיט פֿיר עקן, וואָס נייטיקט זיך על־פּי־הלכה אין די ציצית; דערנאָך האָבן זיי אַרײַנגעפֿלאָכטן די פֿעדעם אין די לעכער בײַ די ווינקלען.
די 26־יאָריקע שׂרה וואָלק האָט דערקלערט דעם „Forward‟, אַז פֿאַר איר איז דאָס טראָגן אַ טלית־קטן באַזונדערס וויכטיק, ווײַל די מיצווה פֿון טראָגן ציצית ווערט דערמאָנט אין דער סאַמע יסודותדיקער ייִדישער תּפֿילה — קריאת־שמע. אין דער גמרא־מסכתּא „מנחות‟ ווערט געבראַכט די דעה, לויט וועלכער אי מענער, אי פֿרויען, זענען מחויבֿ מקיים צו זײַן די מיצוות־ציצית, אויב זיי טראָגן אַ פֿיר־עקיקן מלבוש. שפּעטער ווערט אָבער דערמאָנט די פֿאַרקערטע דעה פֿון רבי שמעון, לויט וועלכער אַ פֿרוי מוז עס נישט טאָן.
דאָס מיינט נישט אָבער, אַז לויט רבי שמעון טאָר נישט אַ פֿרוי טראָגן אַ טלית־קטן, אויב זי וויל. דער רמב״ם האָט בפֿירוש געפּסקנט, אַז פֿרויען קאָנען מקיים זײַן אַלע מצוות־עשׂה „שהזמן גרמה‟, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט אַ געוויסער צײַט. די מענער זענען מחויבֿ אין מיצוות־ציצית בלויז בײַטאָג, דערפֿאַר געהערט די דאָזיקע מיצווה צו דער דערמאָנטער קאַטעגאָריע. אויב אַ פֿרוי וויל עס אויך טאָן פֿרײַוויליק — געזונטערהייט, על־פּי רמב״ם.
נישט אַלע רבנים זענען אָבער מסכּים מיט אַזאַ לאָגיק. אַ טייל האַלטן, אַז ס׳איז אומצניעותדיק און סתּירותדיק פֿאַר אַ פֿרוי צו באַווײַזן זיך מיט אַ טלית. מיט עטלעכע חדשים צוריק, איז אַ גרופּע טלית־טרעגערינס אַרעסטירט געוואָרן בײַם כּותל־המערבֿי. כּלומרשט, האָבן זיי צערודערט דעם עולם מיט זייער אויסזען.
דער ראַבינער איתן טוקער, דער ראָש־ישיבֿה פֿון דער עגאַליטאַרער ישיבֿה „מכון־הדר‟ אין מאַנהעטן, האָט באַמערקט, אַז דער עולם איז צוגעוווינט אויפֿצונעמען די טליתים ווי אַ בעצם מענערישן סימן. דערפֿאַר, ווען אַ פֿרוי טראָגט אַ טלית, זעט עס אויס פֿאַר זיי סתּירותדיק. פֿונדעסטוועגן, גלייבט טוקער, אַז פֿרויען זאָלן עס טאָן, אויב מע וויל.
מעגי אָ׳דעל, אַ 26־יאָריקע סטודענטקע פֿונעם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟, האָט איבערגעגעבן, אַז זי האָט צוערשט אָנגעהויבן לייגן תּפֿילין, אָבער נישט קיין טלית־קטן, ווײַל עס האָט זיך געפֿילט „צו מענעריש‟. איצט טראָגט זי די ציצית באַהאַלטענערהייט, כּדי אויסצומײַדן די מעגלעכע קריטיק.
הרבֿ מאיר טווערסקי, דער ראָש־ישיבֿה פֿונעם רבנישן סעמינאַר בײַם ישיבֿה־אוניווערסיטעט, פֿילט זיך אָבער נישט באַקוועם מיט דער נײַער פֿרויען־באַוועגונג. ער טענהט, אַז מע טאָר נישט אַזוי גרינג איבערקערן דעם אַלטן מינהג, לויט וועלכן בלויז אַ מאַן זאָל טראָגן די ציצית.
אַ טייל פֿון די פֿרויען, וואָס האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אין ראָזענס דירה — זײַענדיק פֿרום אויף אַן אייגענעם שטייגער — ווילן נישט צוגעשריבן ווערן צו אַ קאָנקרעטער דענאָמינאַציע. ראָזען האַלט, אַז דער עיקר איז „צו געבן אַלעמען אַ צוטריט צו תּורה און מיצוות‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.