דער ישׂראלדיקער דראַמאַטורג מאָטי לערנער האָט שוין אַ היפּש ביסל דערפֿאַרונג מיט קאָנטראָווערסיעס. ער שאַפֿט זינט די 1980ער יאָרן דראַמעס איבער סענסיטיווע טעמעס ווי: פּאָלאַרד, קאַסטנער, ראַבינס מאָרד, דער משיחיסטישער „גוש-אמונים‟-באַוועגונג און ברוך גאָלדשטיינס שחיטה פֿון פּאַלעסטינער אין חבֿרון. האָט ער זיך אַזוי קונה-שם געווען ווי אַ פֿירנדיקער דראַמאַטורג פֿון פּאָליטישן טעאַטער.
שוין כּמעט מיט אַ יאָרצענדליק צוריק האָט ער געהאַט אָנגעשריבן די פּיעסע „ההודאה (דאָס מודה זײַן זיך), אָבער קיין שום טעאַטער אין ישׂראל האָט זי נאָך נישט פֿאָרגעשטעלט. איז איר וועלט-פּרעמיערע דווקא געקומען אויף ענגליש (The Admission) אין „טעאַטער דזשיי‟ (Theater J) אין וואַשינגטאָן. אַפֿילו דאָרט האָט מע געדאַרפֿט בײַקומען אַ מאַק׳קאַרטיסטישער קאָמפּאַניע מצד די רעכט-געשטימטע גרופּעס, וואָס האָבן דעם טעאַטער באַדראָט מיט אַ חרם און געבעטן דעם טעאַטערס מנדבֿים צוריקצוציִען זייערע בײַשטײַערס.
למאַי? מה-רעש? וועגן וואָס האַנדלט זיך דאָ?
די דראַמע „ההודאה‟ באַשעפֿטיקט זיך מיטן ענין זכּרון, וואָס שײך די ישׂראלים, פּאַלעסטינער און דער מלחמה פֿון 1948, אינספּירירט פֿון מילערס „אַלע מײַנע זין‟. די דראַמע קומט פֿאָר אין חיפֿה אין 1988, אין די טעג פֿון דעם ערשטן פּאַלעסטינער אויפֿשטאַנד („אינטיפֿאַדע‟). אין צענטער שטייט די געשטאַלט פֿון גיורא, אַ יונגער פּראָפֿעסאָר פֿון חיפֿהער אוניווערסיטעט, וואָס איז צעלאָמט געוואָרן אין דער 1982 לבֿנון-מלחמה. זײַן טאַטע אַבֿיגדור איז אַ רײַכער אונטערנעמער און אַ וועטעראַן פֿון 1948: ער האָט זיך געהאַט באַטייליקט אינעם קאַמף איבער טאַנטוראַ, אַ פּאַלעסטינער פֿישער-דאָרף אויפֿן ברעג-ים נישט ווײַט פֿון חיפֿה, וואָס איז אויסגעליידיקט געוואָרן פֿון זײַנע 1,500 תּושבֿים אין גאַנג פֿון דער 48’ מלחמה. הײַנט שטייען דאָרט צוויי קיבוצים: „דור‟ און „נחשולים‟.
אין גאַנג פֿון אַ סעריע באַגעגענישן מיט אַ פּאַלעסטינער משפּחה אין חיפֿה איז גיורא געווויר געוואָרן וועגן דעם נאַראַטיוו פֿונעם צווייטן צד, וואָס איז גאָר אַנדערש פֿון דעם וואָס זײַן טאַטע האָט אים געהאַט דערציילט. צי זענען „בלויז‟ 70 פּאַלעסטינער דערהרגעט געוואָרן אין טאַנטוראַ דורך די „הגנה‟-כּוחות אין גאַנג פֿון אַ שלאַכט, ווי עס גייט די אָפֿיציעלע ווערסיע פֿון ישׂראל? אָדער איז פֿאָרגעקומען אַ שחיטה פֿון איבער 200 פּאַלעסטינער-לײַט, ווי עס טענהן די פּאַלעסטינער עדות און אַ פּאָר אַקאַדעמישע פֿאָרשערס? ווי דעפֿינירט מען אַ שחיטה? איבער אָט די טעמעס דרייט זיך די דראַמע, טענהנדיק, אַז ביז מיר וועלן נישט עד-תּום אויספֿאָרשן דעם אמת, וועלן מיר נישט קומען צו קיין אויסגלײַך צווישן די פֿעלקער.
„ההודאה‟ האָט מען פֿאָרגעשטעלט פֿונעם 20סטן מאַרץ ביזן 6טן אַפּריל פֿאַר אַ פֿול-געפּאַקטן זאַל. קאָנטראָווערסיעס פֿאַרקויפֿן זיך גוט. מיר איז אויסגעקומען זי צו זען בײַם אָנהייב אַפּריל און נאָך דעם צו כאַפּן אַ שמועס מיט די אַקטיאָרן.
דער אַקטיאָר מײַקעל טאָליידאָ שפּילט די ראָלע פֿון אַבֿיגדור. ער האָט אַמאָל שוין געאַרבעט מיט מאָטי לערנער. געבוירן געוואָרן אין קעניע צו אַ מאַמע פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, איז ער דערצויגן געוואָרן דורך איר און איר צווייטן מאַן, וואָס האָט געראַטעוועט ייִדן אין אייראָפּע און האָט געמוזט צוליב דעם אַוועק פֿון דאָרט. איך האָב אים געפֿרעגט וואָס ער טראַכט מכּוח אַבֿיגדורן, און ווי ער האָט זיך צוגעגרייט צו שפּילן די ראָלע.
„אַבֿיגדור גלייבט טאַקע, אַז ס’איז נישט פֿאָרגעקומען קיין שחיטה. ער האָט אַ וווּנדערלעכע רעפּליק: ׳איך האָב נישט געוווּסט ווי אַזוי זיך אָפּצוזאָגן פֿון דעם וואָס די מלחמה האָט איבערגעלאָזט׳. ער איז דעמאָלט געווען 24 יאָר אַלט און האָט באמת מורא געהאַט פֿונעם המון, וואָס האָט זיך אַרום אים און זײַנע סאָלדאַטן צונויפֿגעקליבן. די פּיעסע וואָלט געווען צו פּשוט אויב זי וואָלט געגעבן אַ דעפֿיניטיוון ענטפֿער איבער דער ‘שחיטה’-פֿראַגע. וואָס מאָטי טענהט דאָ זייער שטאַרק איז, אַז מע דאַרף די זאַכן אַרומרעדן, און אפֿשר אַזוי וועלן מיר דערגרייכן אַ הסכּם; כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז ס’זאָל נישט געשען אַ צווייט מאָל.‟
ליילאַ בוק שפּילט די ראָלע פֿון סאַמיאַ, גיוראס לאַנג־יאָריקע חבֿרטע און אַמאָליקע געליבטע. בוק, פֿון אַ לבֿנונישן און אַמעריקאַנער אָפּשטאַם, איז אַליין אַ דראַמאַטורגין וואָס האָט געשאַפֿן פּיעסעס איבער „אַראַבישע‟ טעמעס, אַרײַנגערעכנט די פּיעסע „בײַם אַריבערגאַנג‟ (In the Crossing), וועגן אירע און איר ייִדישן מאַנס איבערלעבונגען אין לבֿנון במשך פֿון דער ישׂראל-„כעזבאָלאַ‟ מלחמה פֿון 2006. אין 2011 האָט זי באַזוכט ישׂראל און די אָקופּירטע טעריטאָריעס צום ערשטן מאָל. איר איז געווען וויכטיק צו פֿאָרן אויף יעדן אָרט אין ישׂראל, וואָס איז צעשטערט געוואָרן דורך כעזבאָלאַ. זי זאָגט אַז די קאָנטראָווערסיע אַרום „ההודאה‟ דערמאָנט איר וואָס ס’איז געשען אַרום „בײַם אַריבערגאַנג‟, מיט באַשולדיקונגען פֿון אַנטיסעמיטיזם און נאָך אַזעלכע בילבולים.
האַני עדי שפּילט דעם פּאַלעסטינער טאַטע, איבראַהים, אַ „טאַנטוראַ-פּליט‟ אין חיפֿה. האַני וווינט שוין איבער 30 יאָר אין אַמעריקע, אַ געבוירענער אין גליל, אינעם דאָרף בוקאַיאַ. האָב איך אים געפֿרעגט, וווּ געפֿינט זיך בוקאַיאַ, ווײַל איך קען אַ ביסל דעם ראַיאָן, אָבער דעם נאָמען האָב איך נישט דערקענט. האָט ער מיר געענטפֿערט אַז די ישׂראלים רופֿן דעם דאָרף פּקיעין, אַ באַקאַנטן דאָרף מיט אַ גאָר אַלטער ייִדישער קהילה (האַניס בעסטער חבֿר איז געווען דער רבֿ דאָרט). ער האָט געשאַפֿן אַ פּיעסע מיטן נאָמען „סאַכמאַטאַ‟ וועגן אַן אַלטן פּאַלעסטינער פּליט (האַניס שכן אין בוקאַיאַ), וואָס מע לאָזט אים נישט צוריק אַהיים אין סאַכמאַטאַ-דאָרף, נישט ווײַט פֿון בוקאַיאַ.
„אַזוי ווי איבראַהים, האָט דער שכן נישט געוואָלט רעדן וועגן דער פֿאַרגאַנגענהייט. אויב די ישׂראלים וועלן כאָטש זיך מודה זײַן, אַז עפּעס שלעכטס איז פֿאָרגעקומען, וועט די מחילה אויך קומען און די זאַכן וועלן אויסגעאַרבעט ווערן.‟ עס וווינען אין ישׂראל גופֿא אַרום דרײַ הונדערט טויזנט אַזעלכע „אינעווייניקסטע‟ פּליטים ווי זײַן שכן. „”אַזוי — זאָגט ער מיר — אַז יאָ, איך קען איבראַהים זייער גוט!‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.